ווייל ער קומט קיינמאל נישט צו קיין עדה הפגנות, ניטאמאל צו דרימלען דארט שפירט ער וויכטיג...
נשלח ב-11/12/2008 07:43
מיין רבי ר' טשיי יעקב שטויבער זז"ג פלעגט זאגן, אז איין שלאף ברענגט די צווייטע.
נשלח ב-11/12/2008 09:09
ווייסט איינער פארוואס תולדות אברהם יצחק רבי האט נישט געלאזט אין זיין בית המדרש מאכן די הכרזה אנטקעגן דעם תכנית הליבה וואס דער בית דין הגדול שבירושלים העדה החרדית האט געבעטן מ'זאל מאכן אין אלע בתי מדרשים פרייטיג צונאכט?
ווייסט איינער פארוואס תולדות אברהם יצחק רבי האט נישט געוואלט חתמ'נען אויף די מודעת מחאה וואס אלע רבנים פון די עדה החרדית האבן געחתמ'עט אנטקעגן דעם תוכנית הליבה ביניהם רבי יעקב מאיר שעכטער, אדמו"ר מדושינסקי, אדמו"ר מתולדות אהרן, אדמו"ר משכנות הרועים, און נאך א גאנצע רשימה פון אדמורי"ם און רבנים.
נשלח ב-11/12/2008 09:47
איך פארשטיי באמת נישט די מענטשן דא, מען האט פארגעסן אז אין תולדות אברהם יצחק טרויערט מען יעצט נאך א טעראר אומגעקומענעם?
איינער האט טענות פארוואס ער איז נישט געקומען יעצט צו א פראטעסט? אדער פארוואס מען רופט יעצט נישט אויס ביי אים אין ביהמ"ד?
החסר משוגעים אנכי?
נשלח ב-11/12/2008 11:09
טאקע איך האב פארגעסן אז ביי אבילות טאר מען זיך נישט פרייען דערפאר האט ער נישט געלאזט זיך משמח זיין אין מאכן די הכרזה, און אוודאי האט ער נישט געלאזט צוגרייטן די מודעת מחאה פון אלע רבנים (די גראמען) אויך ווייל ער האט זיך נישט געוואלט פרייען.
ר' יונה איך האב דיר שוין אמאל געבעטן זאלסט נישט צונעמען פון די אינטעליגענציע פון די קוראי הפורום און מאך נישט אלעמען קיין נאראנים דא.
נשלח ב-11/12/2008 13:03
גראדע זעה איך אז ער זיצט דארט פוקנט אזווי די אנדערע ערנסטע רבנים, ער קוקט נישט דעם עולם אין די אויגן אריין נאר ער זיצט מיט הכנעה אזווי אלע גדולי ישראל זצ"ל האבן זיך געפירט און אזווי מ'זעהט דא בא די בילדער די רבנים דער גאב"ד שליט"א הייבט נישט אוף די אויגן צום קהל און אזוי אויך דער משכנות הרועם רבי און אויך דער רבי פון קהל חסידים. אזווי ס'שטייט אין איגרת הרמב"ן.
נשלח ב-11/12/2008 14:48
כל הכבוד
כל הכבוד דער תולדות אברהם יצחק רבי פרעגט בא קיינעם ניט וואס צו טהון, אז ער האט מחליט גיוועהן אז ער חתמ'ט ניט אויפן צעטל חתמ'ט ער ניט און אז ער האט מחליט גיוועהן אז ממאכט ניט קיין הכרזה אין זיין בית המדרש מאכט מען ניט און אז ער האט מחליט גיוועהן אז ער וועט זיך משתתף זיין און אויך רעדן ביי די עצרת שלושים לקדושים פון די צעירי חב"ד אין אצטדיון יד אליהו פרעגט ער אויך קיינעם ניט און מאכט וויאזוי ער פארשטייט.