ס'איז שוין היינט נישט דא אין תימן קיין מוהלים, און ר' יצחק חיים האט שוין די יאר 2 מאל געדארפט אראפשיקן מוהלים קיין תימן! א זאך וואס איז פארבינדן מיט ריזיגע געלטער און מסי"נ ווייל ס'איז א מורא'דיגע סכנה זיך דארט צו ארומדרייען. ולא עוד, נאר די מוהל האט אונטערזיכט 3 קינדער וואס זענען גע'מל'ט געווארן דורך איינער פון די תימן'ע וואס איז שוין יעצט אויך נישט דארט, אבער יענער איז בכלל נישט געוועזן קיין מומחה, און מ'האט זיי אלע געדארפט פארעכטן די מילה!!! אזוי ווייט איז דארט נעבעך די עמי הארצות זייט יעדער געלונגענע תימני איז שוין כמעט נישט דארט. די זעלבע זאך איז מיט מקוה טהרה וואס ער האט געדארפט פערזענליך אראפפארן לעצטנס ווייל מ'האט אים גערופן אז ס'האט זיך עפפעס צובראכן און ס'איז נישט דא קיינער וואס קען עס פארראכט כהלכתה!!!
|
|