בית פורומים כל העולם כולו

בד"ה - הבחור ב"ר יחזקאל גאלדענבערג ע"ה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/12/2008 15:10 לינק ישיר 
בד"ה - הבחור ב"ר יחזקאל גאלדענבערג ע"ה

דעם שבת איז ל"ע פלוצלונג נפטר געווארן א חשובער בחור בן הר"ר יחזקאל גאלדענבערג ע"ה
ער האט געהאט אינמיטען די וואך א אפערעישען אויפען הארץ ל"ע, שוין געווען אינדערהיים, פלוצלונג נישט געקענט אטעמען און אוועק אויפן וועגן צום האספיטעל



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2008 19:53 לינק ישיר 

הבחור החשוב ישראל אהרן בן ר' יחזקאל שרגא גאלדענבערג ז"ל
(ער האט געהייסן נאכן גאלדענבערג זיידע)

אן אייניקל פון ר' ראובן וואלף שרייבער פון מאנסי.

א גרויסער שאק פאר די משפחה און חברים וואס האבן קיינמאל נישט געוויסט (חוץ די עלטערן און די זייער נאנטע) אז ער האט געהאט א הארץ קאנדישן

ער איז געווען 15 יאר אלט
תנצבה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2008 21:21 לינק ישיר 

די לוי' איז ארויסגעגאנגען פון גרויסען סאטמארער ביהמ"ד און וויליאמסבורג (הופער) ווי עס האט קודם מספיד געווען דער רב שליט"א און נאכדעם אבד"ק ישראל והזמנים שליט"א, און נאכדעם האבען גערעדט הרב דוד דוב מייזליש זיין מגי"ש, הרב יודא בער טעלער מנהל הת"ת, די פעטער'ס מו"ה שלמה גאלדענבערג הי"ו, ומו"ה משה חיים שרייבער הי"ו, צום לעצט האט זיך געזעגנט זיין טייערער פאטער מו"ה יחזקאל גאלדענבערג הי"ו.

ווי ער האט מקבל געווען באהבה גזרת השי"ת.

אלע מספידים האבען ארויסגעברענגט די גרויסע אבידה פון אזא יונגער בוים וואס עס איז אזוי פריצייטיג אוועקגעריסען געווארען, און די חשובע מידות פונעם חשובען בחור'ל וואס ער האט אלעס צוגעזען ביי זיינע חשובע עלטערן וואס האבען זיך אזוי אוועקגעגעבן פאר אים און נישט געשוינט קיין געלט און כח פאר זיין הצלחה, ספעציעל לעצטענס איז דער טאטע ארומגעפארען צו אלע קברי צדיקים, אויך איז ער זיך געגאנגען ווינטשען ביי אלע ערליכע אידן  איינצורייסען אז די אפעראציע זאל דורך גיין בשלום.

פאריגע וואך שבת האט נאך דער פאטער מו"ה יחזקאל הי"ו געקויפט אן עליה שבת צופרי פארן בחור'ל ישראל אהרן ע"ה אינעם סאמבורער ביהמ"ד בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר רבי אהרן זאב מאליק מסאמבור שליט"א ווי דער פאטער מיטען בחור האבען געדאווענט די לעצטערע צייטען זינט זיי האבען זיך לעצטענס אריבערגעצויגען און א נייע דירה און יענע געגענט.

די וואך מיטוואך איז ער אריבער די אפעראציע אויפן הארץ ווי עס האט אויסגעקוקט ווי א סוקסעס פרייטאג צונאכטס איז נאך דער פאטער געקומען דאווענען און ביהמ"ד ווי געהעריג, סמוך לבו ובטוח אז די אפעראציע איז דורך געגאנגען מיט הצלחה.

אבער ליידער ליידער בערך דריי אזייגער שבת פארטאגס האט זיך דער מצב אינגאנצען געטוישט און פון הימעל האט מען אנדערש געוואלט . האט ער נעבעך צוריק געגעבן זיין נשמה פארן בורא עולם.    

 



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 14/12/2008 22:29:13




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בד"ה - הבחור ב"ר יחזקאל גאלדענבערג ע"ה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext