בית פורומים כל העולם כולו

זאליס אריין מאנטאג וישב אין קאורט אן היתר !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/12/2008 23:11 לינק ישיר 
זאליס אריין מאנטאג וישב אין קאורט אן היתר !

די זאליס האבן אריינגעטראגן א קלאגע קעגן קהל יטב לב איבער די בית החיים דקרית יואל.

דער קלוירק האט באפוילן זיי זאלן רופן דעם די דעפענדעטנס (קהל יטב לב, צד ר' בערל פרידמאן).
מארגן וועט זיין היערינג צווישן ביידע זייטן.

די ערכאות אן א היתר בי"ד קען מען איצט צולייגן צו די ליסטע:

ערכאות זאלונים קעגן ר' עזריאל יודא כ"ץ
ערכאות אין בג"ץ
ערכאות אין ישיבה תו"י אין בארא פארק
ערכאות קעגן בית החיים



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2008 23:23 לינק ישיר 

אויב מעגליך ביטע זיי מער מסביר וואס דא גייט פאר.

אין קאורט קען אלעס זיין, אבער זינט ווען איז דא א הירונג א טאג נאכן אריינגעבן אפציעלע פארפירן?

און בכלל וואס איז זייער טענה? וואס פארלאנגען זיי? וואס האבן זיי געפלאנט, זיי האבן געוואלט גיין אין געריכט אנע דעם וואס קהל יטב לב (פריעדמאן פראקציע) זאל וויסן דערפון?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2008 23:26 לינק ישיר 

איך הער אז א מחנה פאליס און די עף בי איי האבן זיך אראפגעלאזט אין וויליאמסבורג.

זיי זענען פריער געווען אין 13 הופער. מ'האט זיי געפרעגט וועמען זיי זוכן
האב זיי געזאגט סעמיועל מארקאוויטש און דזשאסעף ווייס און אייזעק ראזענבערג !

זיי האבן געהאט פיקטשערס פון א העליפקאטער מיט נאך זאכן וואס יעקב בער האט זיי געגעבן...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2008 23:56 לינק ישיר 

רבי יונה

דאס איז ריכטיג אדער פאנטאזיעס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2008 00:00 לינק ישיר 

KJ. די וועסט מיזן כאפן דעם וויץ, אנדערש איז נישט גוט...

אויב איך מעג פרעגן, ווי איז דאס? אין קינגס קאונטי אדער אראנדזש קאונטי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2008 04:08 לינק ישיר 

די זאליס זענען היינט געלאפען מיט א tro אין ברוקלין געריכט קארט, אן קיין שום היתר בי"ד, זיי שלאגען אן ערך פון 15 מענטשן, זיי זענען געגאנגען צום קלעריק און פארפירט אז זיי מיזן עס שוין האבן אונטערגעשריבען אבער דער ריכטער האט זיי פארשיקט איך שרייב ענק דארנישט אונטער, איך דארף הערן וואס קהל יטב לב דסאטמאר בראשות ר' בערל פריעדמאן די בעלי בתים פונעם בית החיים האבן צו זאגן, זיי האבן געאמפערט און פארפירט אז עס דרייט זיך איבער די וועלט און מיזן שוין האבן די אונטערשריפט אבער מען האט זיי גארנישט אונטערגעשריבען, מארגען צופרי קומט פאר א הירונג איבער די Tro און קלאגע ומסירות.

איצט מיט א שמייכל און ליינט וואס די דיפרעסטע זאלונים שרייבען.

שטעלט אייך פאר ווען אונז דארף מען ווען דאס שרייבן, דאנק צום הייליגען באשעפער אז זייי שרייבען דאס.

Talmidai Rabainy For month the aroinishe gazloonem, went to every broken Mishpocho while sitting Shiva, and "Lo Yeman Ke Yesiper - believe it or not - but thats the fact that this aroinishe rotzchem, even went in hospitals while the lost young kinderlech would stand before their mothers Yetzias Neshomo" and they blackmailed in those weak moments to extortion BLOODY MONEY... plus....
 
As much as we tried every possible way, so we should not have to go to court, the low sh'blow aroinem - those Mimrim, did Laider what even d lowest Griem Sheb'imos don't do (Nebech Ksh'yordin - Yordin Ad Le'ufor, vAd Biklal) & left no other way but to call for Hatzolo in court as the Halocho says, as the Psak Din of the Bes Din Tzedek D'Khal Yetev Lev.  ve"Yuvoi Hanes Mikol Mokoim".  
We hope this should already be the last struggle until Bias HaMoshiach,
VNizka ShYisyahev Shem Shumayim Al Yudainy,
vYisgadal vYiskadash Shmai Rabu
Bhisgales Kvod Shomayim Ulaini BB"U




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2008 04:23 לינק ישיר 

די זאליס שרייבען אז זיי האבן שוין געטרייט אלע אופנים וואס איז שייך צוריק צונעמען די בית החיים אבער זיי האבן נישט מצליח געווען ממילא מיזן זיי גיין אין קארט.

איצט לאמיר זעהן וואס זיי האבן שוין אלץ געטאן:

1) געברענגט א העליקאפטער אפען בית החיים.

2) געברענגט א מציבה טראק צום בית החיים.

3) זאליס אראפגענומען מיט בושות וחרפות די מציבה פון מרת שלעזינגער

4) שאול לבן פערלשטיין געזאגט א דרשה, אז די קינדער זאלן נישט איינשלאפען.

5) א פארוויטאגטע עדיטראיאל אין דער איד פונעם מציבה לייגער מ. ל. דייטש.

6) 3 שארפע בריוון אין דער איד אז די זאליס האבן די בית החיים.

7) 2 שארפע בריוון אויף די פאסט פון די זאלי פורים קהל.

8) זאליס צוריקגעגבען געלט פאר ר' בנציון שווארץ וואס זיי האבן גענומען פון אים, צוזאגענדיג אז זיי וועלן באגראבן, וואס האט זיך אויס געלאזט א בוידעם.

9) א מיטונג ביי ר' זאלי אין שטוב ווי ער הייסט דעם גרוש יושע שווארץ ארויספארן קיין קרית יואל.

10) י. א. יאקאבאוויטש האט א גאנצען טאג ארום געשאלט אלע זאליס מסביר זיין אז די בית החיים האבן די זאליס.

11) טעקס מעסידטש אז די זאליס האבן די בית החיים.

12) גענומען א פאשקאוויל צעטיל פון זייער פורים בי"ד א מחאה מיט געוויינען באנעזאם.

אבער העיקר זיך שטעלן צו א דין תורה, שיקן אן הזמנה, דאס ח"ו נישט, ווייל דאס איז אסור ווי חזיר, דאס איז קעגן די הלכה, און קעגן די תורה הקדושה!

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 16/12/2008 4:46:47




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2008 05:47 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס עס גייט פאר

אבער אויף יונעלע קוקט עס אויס צו זיין גאר גוט

ער האקט שוין פין נעכטן אויף זיין קו בארד פאר גערעגטקייט

לאמיר האפן אז עס איז אזוי ווי ער לייגט עס אראפ



תוקן על ידי געלעכטער ב- 16/12/2008 5:49:47




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2008 16:50 לינק ישיר 

די זאליס דארפען בעיקר א טעמפארערי זאך פאר כ"א כסליו, אז מענטשען זאלען נישט אויפהערען צו צאלען ביי זיי
משמועסט אז זיי גייען היינט באקומען א TRO, קודם זאלן זיי כאטשיק האבען עפעס ביז מיטוואך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2008 17:59 לינק ישיר 

די שאלה איז צי וועלן זיי קענען לייגן א מצבה אן חברה קדישא דקרית יואל.

אויב געווינען זיי דאס היינט, האבן זיי געווינען.
אז נישט... זענען זיי ווייטער די זעלבע לוזערס.

פינטל שבפינטל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2008 19:12 לינק ישיר 


נא איז שוין דא עפעס נייעס???

איך הער אז די שופט איז דעמעראס די זעלבע פין די ב"פ קעיס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאליס אריין מאנטאג וישב אין קאורט אן היתר !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext