אנשטאט זי ביז יעצטיגע החלטה וואס קהל האט געהאט אז אלע סערטיפעקאטן ביז אמבראזיאס פסק איז גילטיג, איז גקומען די היינטיגע קאורט און געזאגט ניין!! נאר די סערטיפעקאטן ביז די פטירה פון כ"ק רבינו זי"ע בעל ברך משה!!!
קהל יטב לכ ווי וועט דאס כאפען א נפקא מינה לגבי וואס ?
נשלח ב-16/12/2008 20:33
קיינער האט נאנישט געשריבען פונקטליך וואס זיי האבן געוואלט פין קאורט אין וואס קאורט האט געזאגט אויף דעם.
אויב איינער ווייסט פרטים ביטע שרייבען!
נשלח ב-16/12/2008 20:38
מפי השמועה
אז די זאליס גייען לויפן צום אפעלעט פראבירן דארט צו באקומען עפעס, לאמיר האפן אז זיי וועלען דארט אויך האבן א מפלה
נשלח ב-16/12/2008 20:42
קען מיר איינער מסביר זיין וואס דא גייט פאר???
ווי לויפען די זאליס???
שאול האט דאך געזאגט אז זיי האבען עס אינגאנצען???!!!
דזשאוקס אין די זייט...
וואס איז היינט געווען? און וואס האט זיך יעצט געטוישט???
נשלח ב-16/12/2008 20:50
פשוט פשט איז. די זאלי'ס זענען געגאנגען אין געריכט - אין נאמען פון פריוואטע משפחות - אז מ'לאזט זיי נישט באגראבן, אדער לייגן א מציבה און דעריבער פארלאנגען זיי א TRO, דאס הייסט אויף דערווייל ווילאנג די קאורט מאכט נישט אפ ווער עס איז בעה"ב זאל מען יעדעם לאזן לייגן און צאלן פאר יעדעם איינעם, (אדער נאר פאר זיי)
די דזשאדזש האט אבער גע'פסק'נט אז דאס איז א רעלעגיעזע אישו און זי קען נישט אריינרעדן דעראון, נאר זי האט געזאגט אז די אלע סערטיפיקעט'ס - ד"ה די אלע וואס האבן געקויפט א קרקע ווילאנג די ברך משה זצ"ל האט געלעבט - מיז מען אנננעמען און נישט בעטן קיין עקסטערע קרקע געלט, דאס מיינט אז די אלע זאלי'ס וואס האבן געקויפט קרקע ביי רז"ל'ס קהל זינט די פטירה פון ברך משה - און פון היינט און ווייטער - ווערט נישט פאררעכענט אלץ א מכירה און ברויכן איבערקויפן זייער קרקע ביי די לעגאלע קהלה.
דאס איז נישט נאר אז מיר האבן זיך געהאלטן און זיי האבן נישט געקריגן קיין TRO, נאר דער קאורט האט נאך שטארקער געמאכט די שטעלונג פון קהל, אז מ'קען נאר קויפן ביי די לעקאלע ערוויילטע קהלה.
הדא הוא דכתיב: בור כרה ויחפרהו!
נשלח ב-16/12/2008 20:54
זייער פשוט ביז היינט האבן אלע עלטערע זאליס וואס האבן אין באזיס א סערטיפיקאט
געהאט א ספק צו באצאלן פאר קהל (אהרונים),
אבער נאך דעם היינטיגן פסק
לאכן זיי יעצט פון ענקער כ''א כסלו דעיט...................
gave tempotaty TRO only on plots that was sold till 4/06
rund khz taurhp lshtu
jhkmbu vagb wv rzgc
we will keep you posted
נשלח ב-16/12/2008 20:57
די זאליס האבן געבעטן אין קאורט אז מען איינדערקענען זיירע מעמערס אלס מעמבער אין ווער עס קויפט א קרקע ביי זיי זאל מען מוזן באגראבן,
אויף דעם האט די שופט געזאגט אז אז זי קען זיך נישט מישען, אין זאגן ווער עס איז בעל הבית יעצט, על כן קען זי נישט זאגן אז מען דארף באגראבן די אלע וואס ווערן יעצט מעמבערס אדער קויפן יעצט א קרקע, אבער דאס איז יעדער מודה אז ביז 06 די פטירה פין רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, איז ער געווען בעל הבית איז ווער עס האט געקויפט א קרקע ביז דעמאלס דארף מען עס איינדערקענען. אבער ער מוז זיך צושטעלן צי אלע תקנות הקהילה אין זי קען נישט זאגן ווער עס איז א מעמבער אין אויב ער האלט שבת וכו'.
אפילו די וואס האבן געקויפט ביז דעמאלס א קרקע דארף ווייטער באצאלן מעמבערשיפ, אין אויב וועט קהל באשליסן אז ער איז ארויס געווארפן פין קהלה איז ער ארויס געווארפן. אין אויב איינער איז עובר אויף די תקנות הקהלה קען מען אים ארויסווארפן.