בית פורומים כל העולם כולו

צום וויפילטן מאל: זאליס, שטעלט אייך צו דין תורה!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/12/2008 02:22 לינק ישיר 
צום וויפילטן מאל: זאליס, שטעלט אייך צו דין תורה!

צום וויפילטן מאל קומען מיר ארויס מיט די עפנטליכע ווענדונג און בקשה צו די מסרבים לדין ומהלכי יד בתורת משה:

שטעלט אפ דעם שוידערליכן חילול השם! שטעלט אייך צו דין תורה בזבל"א וזבל"א, אדער ביי סיי וועלכן בי"ד כשר!

דער אויפרוף איז נישט דוקא פארבינדן צום פארלוסט וואס איר האט היינט געהאט אין געריכט. עס איז א פשוט'ער וויי געשריי, אפגעזען פון די געריכטליכע קאנסעקווענצן, אז דער שוידערליכער חילול השם, צו וועמענ'ס קאנטע עס קען צוגעשריבן ווערן א גרויסער טייל פונעם זלזול וואס ערליכע אידן שענקען היינט צום יסוד הדת פון גיין צו דין תורה!

נאכן שטארבן ענדיגט זיך נישט אלעס ביים בית החיים! נאכן בית החיים דארף מען זיך שטעלן צו דין תורה פארן בי"ד של מעלה, און דארט קען מען זיך נישט באהאלטן אונטער פאלשע אויסריידן און דריידעלעך! מה תענו ליום הדין?!

אמאל פלעגט איר זיך נאך בארעכטיגן מיטן - פאלשן - אויסרייד אז איר האט 'בלויז' מסרב געווען לדין, 'מיר' זענען די וועלכע זענען אריין בערכאות [געצווינגענערהייט]. יעצט איז דער תירוץ שוין אויסגעלאפן פון בענזין, איר זענט שוין צום דריטן מאל געגאנגען בערכאות של עכו"ם אויף די טעמע, אן קיין היתר בי"ד, און אן פרובירן די מעגליכקייט צו גיין צו דין תורה. און איר האלט נאך אלץ אן מיט אייזערנע קייטן דעם שרעקליכן חילול שם שמים והרמת יד בתורת משה, טראץ די געריכטליכע פארלוסטן.

גורו לכם מיום הדין!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/12/2008 02:25 לינק ישיר 

געגאנגען

עפ"י הלכה, אז איינער איז אריין אין קארט אן א היתר בי"ד.

שוב אין נזקקין לו.

די אהרונים זענען אריין אן א היתר בי"ד, איז עפ"י הלכה פערטיג מיט זיי צו גיין צום די"ת.

יעצט וועט מען זיי פייטן אין קארט.

און מ'וועט זיי געווינען בעה"י אזוי ווי היינטיגער געווינס, און אלע געווינסן פון די לעצטע צעהן יאהר.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 17/12/2008 3:03:01




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/12/2008 02:35 לינק ישיר 

אדרבא, פרובירט אונז אויס!

ביי די ראשי הקהילה געפינט זיך נאך דער שטר הסכם אויף וועלכן זיי האבן אונטערגעשריבן נאך אין שנת תשס"ב מיט א בפירוש'ער גרייטקייט צו גיין צו דין תורה. לאמיר יעצט ארויסנעמען יענעם שטר און זען אויב די ראשי הקהילה זענען נישט גרייט צו גיין צו דין תורה.

אנשטאט וואס שאול פערלשטיין זאל זיך אויפשטעלן אין ראדני מסביר זיין וואס 'אונזער' שטעלונג איז בנוגע די"ת, זאל ער אויפהייבן א טעלעפאן צו די ראשי הקהילה און הערן וואס זיי האבן צו זאגן!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/12/2008 02:59 לינק ישיר 

והוא לא תצלח!

די זאליס די מוסרים זענען אריין אין קארט אן א היתר פון א בי"ד!
 
אפילו זייער אייגענע פורים בי"ד האט זיי נישט געוואלט בשום אופן ארויסשרייבען א היתר צו גיין אין קארט (נאר א מחאה און קללות).!

איצט האבן זיי געכאפט א מערדעליכע מעכטיגער שאס!

רשעים אפילו על פתחי של גהינם!

פאלגן די תורה הקדושה טוען דער רצון הבורא יתברך זיך שטעלן צו דין תורה, חס ושלום, אסור ווי חזיר!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/12/2008 03:13 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס ענק ווילן, זיי זענען שוין געגאנגען צו דין תורה

דו ווייסט נאכנישט אז ביי די רשעים איז דעמארעסט, באראש, וכו' סאך העכער ווי עמיצער וואס לערנט יומם ולילה?!

גיין צו דין תורה איז פונקט אזוי הארב ווי טראגען מיטן עירוב רח"ל, ווער רעדט פון עפענען א אידיש ספר, הי' לא תהי'!

ראנג אדרעס!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > צום וויפילטן מאל: זאליס, שטעלט אייך צו דין תורה!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext