אין סאטמאר איז ר' מאטעלע אלס געווען אפגעפרעגט, און דאס איז זייט ער האט מבזה געווען כ"ק מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע ווען מען האט גערעדט ביי די פראטעסט אין מעדיסאן סקווער גארדען קעגן די אגודה און ער איז ארויסגעלאפן מיט איין אימפעט.
ער איז א פיינער איד, זיין ברודער אין בני ברק איז אויך א פיינער איד, אבער מיט שיטת סאטמאר וכו', האבן זיי נישט קיין שייכות.
איבערהויפט וואס ר' מאלטעלע איז געווען דער גרעסטע לוחם מיט אלע מיני שטיקעס קעגן די רבינו תם זמן, וואס אלע רבנים מדור הקודם האבן זיך מוסר נפש געווען דעראויף, איבער הויפט מרן רביה"ק זי"ע, איז געגאנגען ער און געפירט אזא געמיינע נידערטרעכטיגע מלחמת חרמה דערקעגן, און געהייסן אז מען זאל טאן מלאכת דאורייתא פארן רבינו תם זמן.
אויך זיינע מוסדת וכולל אין ארץ ישראל נעמען געלט פון די מדינה הטמאה.
איצט קומען אזוי גערופענע סאטמארע דיינים און זאגן מען זאל נישט פייפן די וואך, ווייל רבי רבי מאטעלע איז דא, און האלט אז דאס וואס רביה"ק האט איינגעפירט שיטת רבינו תם איז ער נישט גערעכט, סא לכבודו פון זיין שיטה זאל מען נישט בלאזן.
|
|