|
|
| נשלח ב-21/12/2008 23:26 |
|
| |
|
דער וויזשניצער רבי שליט"א האט איינגעפירט מיט א לאנגע צייט צוריק אז ביי די שמחות אין האל פון אור החיים וויזשניץ סערוון נאר חסידישע אינגעלייט מיט הוט און רעקל, און האט איינגעפירט אז דער חתן וואס וועט נישט לאזן קיין פאטאגראפער ביי זיין חתונה וועט ער קומען טאנצן מצוה טאנץ! יא, דאס איז א מנהיג ישראל. לאמיר זען אז דיין רבי זאל איינפירן א תקנה אז מען קען נישט מאכן קיין פיקטשערס. דעמאלסט קען ער פארמאכן זיין קרעמל
|
|
|
|
|
תוקן על ידי געלעכטער ב- 21/12/2008 23:23:53
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2008 23:29 |
|
| |
גראדע דאס מאל בין איך איינשטימיג, איך האלט אויך אז ס'קומט זיך אזויפיל פארן וויזשניצער רבי'ן שליט"א אז מ'זאל אים מכבד זיין גענוג און נישט אריינבלאזן אין קאפ אריין ווען עס שטערט אים, אפילו אויב ער האלט מיט די הלכה אנדערש ווי רביה"ק זי"ע. יעדער איז בארעכטיגט צו האבן זיין מיינונג, און כל זמן עס בארירט נישט קיין יסודות הדת שאדט נישט פאר קיינעם אויב מ'רעספעקטירט יענעמ'ס רעכט צו האבן זיין מיינונג.
וואס עס שטערט מיר אבער איז אז די זעלבע מענטשן פירן א מערכה כבידה מיט די מתירי העירוב, עד כדי הכאה ועד בכלל, טראץ וואס אויף די זייט פון די מתירים שטייען גרויסע תלמידי חכמים און ערליכע אידן, וועלכע זענען פונקט אזוי חשוב ווי דער וויזשניצער רבי שליט"א.
פארוואס ביי א הלכה וואו רביה"ק זי"ע האט זיך מוסר נפש געווען פארשטייט מען אז מ'דארף רעספעקטירן די וואס קריגן אויף אים, און אויף א זאך וואס איז בלויז דא אן איסור/הוראה מפי השמועה דארף מען פארגיסן בלוט דערויף?!
תוקן על ידי געגאנגען ב- 21/12/2008 23:25:58
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2008 23:30 |
|
| |
|
די מאנסיער וויזשניצער מוסדות אין ארץ ישראן נעמען נישט קיין געלט פון די מדינה.
2) דער אהרונישער שוטה ווייסט אפילו נישט אז דער רבינו תם זמן איז ביים צאת נישט ביים זמן שבת. נישט פייפן ביים זמן שבת ווייל הארט אונטערן פייפער דאווענט דער וויזשניצער רבי שליט"א מנחה, איז קיין עוולה נישט.
3) און די אהרונים זענען די לעצטע צו רעדן וועגן שבת, ווען זיי מאכן א חוכא וטלולא פון טראגן אום שבת וואס דער רבי זי"ע האט קלאר נישט געוואלט דעם עירוב, ווי דער ברך משה זצוק"ל האט מעיד געווען. משא"כ דער וויזשניצער רבי שליט"א האט אזוי מקבל געווען פון זיין טאטן איבער דעם זמן מוצש"ק.
|
|
|
|
|
תוקן על ידי געלעכטער ב- 21/12/2008 23:28:14
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2008 23:40 |
|
| |
איך האב מורא האסט נישט געליינט מיין תגובה. איך בין אויסדריקליך איינשטימיג מיטן זיך רעכענען בכבודו הרמה פון וויזשניצער רבי'ן שליט"א.
אבער פאר דיין אינפארמאציע, דאס אנהייבן פריער דעם שב"ק איז א חומרא דאתי לידי קולא, און יא, דאס איז קלאר קעגן דעת רביה"ק זי"ע - נאר ווי געזאגט, ווי ביי יעדע מחלוקת בדברי תורה איז אלו ואלו דברי אלקים חיים, און יעדער דארף זיך פירן כדעת רבותיו ואבותיו. דאס נעמט אריין די וועלכע טראגן מיט אן עירוב וואס זייערע רבנים האבן מתיר געווען.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2008 23:50 |
|
| |
איך האב גערעדט צו האקאבו אין צו יונעלען
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2008 00:21 |
|
| |
|
געלעכטער
די מאנסיער וויזשניצער מוסדות אין ארץ ישראן נעמען נישט קיין געלט פון די מדינה.
זיי נעמען מיט פולע הענט געלט פון די מדינה הטמאה, זיי זענען היינט צוטאגס אויסגעשלאסן פון קרן הצלה, אזוי אויך זייערע שטחים איז נתנדב געווארן דורך די מדינה הטמאה.
2) דער אהרונישער שוטה ווייסט אפילו נישט אז דער רבינו תם זמן איז ביים צאת נישט ביים זמן שבת. נישט פייפן ביים זמן שבת ווייל הארט אונטערן פייפער דאווענט דער וויזשניצער רבי שליט"א מנחה, איז קיין עוולה נישט.
די בהמה שוטה חור וקטן, די עיקר פראבלעם פונעם רבינו תם זמן איז מוצאי שב"ק, וואס דעמאלס גייט אן די עיקר רבינו תם זמן, ערב שב"ק זאל יעדער מקבל זיין שבת מיט 3 שעה פריער כל המוסיף יתברך, די פראבלעם איז מוצאי שב"ק וואס טאמער מען טוט א מלאכה פארן רבינו תם זמן איז מען עובר אויף אן איסור דאוריייתא רח"ל, און ר' מאטעלע צו ווייזן אז סאטמאר איז נישט בעל הבית הייסט ער זיינע חסידים צו טאן מלאכות דאורייתא פארן רבינו תם זמן.
|
און די אהרונים זענען די לעצטע צו רעדן וועגן שבת, ווען זיי מאכן א חוכא וטלולא פון טראגן אום שבת וואס דער רבי זי"ע האט קלאר נישט געוואלט דעם עירוב, ווי דער ברך משה זצוק"ל האט מעיד געווען. משא"כ דער וויזשניצער רבי שליט"א האט אזוי מקבל געווען פון זיין טאטן איבער דעם זמן מוצש"ק.
ער האט נישט מקבל געווען פון זיין טאטע גארנישט איבערן רבינו תם זמן, און חוץ דעם איז געווען א מיטונג מיט רבינו הק' זי"ע ווי אלע רבנים האבן אונטערגעשריבן א פסק הלכה אז מען דארף האלטן רבינו תם זמן, ער איז נאך דעמאלס געווען א אינגערמאן.
קומט ער מיט א 40 יאר שפעטער, נאכדעם וואס ער האט זיך צוקריגט מיט סאטמאר, און האלט א דרשה אז דעמאלס האט רבינו הק' זי"ע געצווינגען די רבנים אונטערשרייבען (שמו שמים, חס מלהזכיר), און די גאנצע קול קורא איז פאליטיק (רחמנא ליצלן), און ער האט נאך צוגעגעבען אז איינע פון די רבנים החותמים מיינענדיג כ"ק אדמו"ר ר' שלמה מבאבוב זי"ע איז ביי די מלחמה געגאנגען אן א קאפל.
|
|
פאר אזא דרשה און ניעוץ במרן רביה"ק זי"ע, זענען די זאליס גרייט זיך ציצושטעלען פאר פאליטיק.
אז די זאליס קענען גין צום ציוניסטישען בג"ץ רח"ל, איז דאס נאר פון זייערע מצות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2008 00:30 |
|
| |
געגאנגען
אין מאנסי האט די רבי ז"ל געהייסען מאכען א פייפער אפילו וויזשניץ האט זיך זייער געבייזערט מילד גערעדט אין ער איז געווען אין מאנסי אסאך פאר סאטמאר איו יא אפילו מען האט עם אריין געבלאזען איעדע וואך אין אויערן זייט ווען קימט ער פאר אונז ער איז עפעס רב אין וומ"ס סאיז עפעס באתרא דמר רעכענען מיט וואס ????????? אפשר פארקערט
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2008 02:17 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | |
איך האב גערעדט צו האקאבו אין צו יונעלען
|
|
דיך דארף נישט אנגיין וואס האקאבו צי יונהעלע זאגן
דער עיקר איז אז די ווייסט דער אמת ווי פארדארבן דיין לישקע איז, אין וואספארע קנאי ר' מאטעלע איז
אין אז ס'רינט זאל שוין רינען אויפן בארד ...
ווען דעם רבי'נס זין הגה"צ ר' חיים הערש האט בר מצוה געהאט איז ר' מאטעלע געווען ביי די בר מצוה
אין די גאנצע צייט ביי די בר מצוה איז ער ארייין אין ארויס, דעם ברך משה איז עס געגענגען אויף די נערווען
איך בין געשטאנען פארנעט פינעם אויבן אן, אין איך האב באמערקט ווי סאיז כלו כל הקינצען.
אינמיטן די פשט'על איז ער ארויס, דער ברך משה האט זיך אויסגעדרייט צים סקווער'ער רבי'נס ריכטינג
איך מיין הגה"צ ר' משה ערנסטער שליט"א איז אויך דארט געווען, בזה"ל
" וואס וויל דער פעשער לויפט אריין אין ארויס" , דער סקווער'ער רבי האט אזא בליק געטאן אויפן רבי'ן ער איז נישט געועון צי געוואינט צי דעם שפראך.
אבער אינז חסידימ'עלך זעמיר יא געווען צי געוואינט צי דעם שפראך האמיר דעם רבי'ן ז"ל דעמאלס אויך פארענטפערט.
אזהרה:
א פרואוו פאר גילוי שמות אדער ניקס וועט זייער שטרענג גענומען ווערן
די הנהלה
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 22/12/2008 2:41:11
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2008 02:33 |
|
| |
כבודו פון רבי מאטעלע במקומו מונח
נאר איין שאלה
איז יעדער אין וומסב"ג מחויב זיך צו פירן אזוי ווי דער דברי יואל האט געפסק'נט לגבי דעם עירוב אז נישט רייסט מען אראפ שייטלעך
וואס איז דא אנדערש
נאך א שאלה
ווען רבינו שליט"א האט פאר עטליכע יאר צוריק חוהמ"פ ביי א דרשה בנוגע דעם עירוב מסביר געווען אז פונקט ווי שיטת רבינו תם איז דא שיטות לכאן ושיטות לכאן האבן די זעלבע מענטשן אראפגעריסן דעם רבין, וואס איז יעצט געשען
מחזיר עטרה ליושנה???!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2008 02:37 |
|
| |
וואלן
ווען די וועסט פארשטיין די עירוב פאר די פוילישע גויטעס וועסטו דעס אויך פארשטיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2008 03:42 |
|
| |
די קול קורא ופסק הלכה פון אלע רבנים הגאונים הצדיקים זי"ע איבערן חיוב צו האלטן די רבינו תם זמן.
אויף די קול קורא האט ר' מאטעלע געזאגט אז רביה"ק זי"ע האט געצווינגען עס אונטער צו שרייבען (חס מלהזכיר)
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2008 04:06 |
|
| |
וויזניצער רבי האטנ געגעבן כבוד מלכים פאר רז"ל???
ער האט אים נישט געוואלט גיין באזיכען פרייטאג און מוצש"ק!
בן פראדעל האט געקאלט וויינען און בעטן אז מ'זאל קומען אבער די שוויצער'ס דארט האבן אים געגעבן א דייל טאון.
ביטער פאר אזא כבוד
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2008 06:21 |
|
| |
געגאנגען שליט"א האט געפרעגט א קשיא!
ס'פארדינט א פוליצער פרייז פארן קשיא פון יאר!
געגאנגען:
גראדע דאס מאל בין איך איינשטימיג, איך האלט אויך אז ס'קומט זיך אזויפיל פארן וויזשניצער רבי'ן שליט"א אז מ'זאל אים מכבד זיין גענוג און נישט אריינבלאזן אין קאפ אריין ווען עס שטערט אים, אפילו אויב ער האלט מיט די הלכה אנדערש ווי רביה"ק זי"ע. יעדער איז בארעכטיגט צו האבן זיין מיינונג, און כל זמן עס בארירט נישט קיין יסודות הדת שאדט נישט פאר קיינעם אויב מ'רעספעקטירט יענעמ'ס רעכט צו האבן זיין מיינונג.
וואס עס שטערט מיר אבער איז אז די זעלבע מענטשן פירן א מערכה כבידה מיט די מתירי העירוב, עד כדי הכאה ועד בכלל, טראץ וואס אויף די זייט פון די מתירים שטייען גרויסע תלמידי חכמים און ערליכע אידן, וועלכע זענען פונקט אזוי חשוב ווי דער וויזשניצער רבי שליט"א.
פארוואס ביי א הלכה וואו רביה"ק זי"ע האט זיך מוסר נפש געווען פארשטייט מען אז מ'דארף רעספעקטירן די וואס קריגן אויף אים, און אויף א זאך וואס איז בלויז דא אן איסור/הוראה מפי השמועה דארף מען פארגיסן בלוט דערויף?!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2008 13:53 |
|
| |
אהרונים עס וועט ענק גארנישט העלפין אלע תלמידי וחסידי פינעם רבין זי"ע לויפען נאך דעם וויזניצער רבי"ן אסאך ביים טיש פרייטיג צונאבסט אין זייער אסאך מיט קוויטלעך
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2008 15:11 |
|
| |
ספוט רעכן מיר אויס צען תלמידים ?
|
|
|
|
|