|
|
| נשלח ב-25/12/2008 07:28 |
|
| |
פיינד.
בקיצור דו ווילסט זאגן אז ווייל מכת ערוב איז שווערער איז מכת ארבה א ישועה?
יעדער ווייסט אז אמעריקע איז א טמא לאנד, אן ארץ אוכלת יושביה, וואס אמאליגע צייטן האט מען זיך געזעצט שבעה ווען איינער איז געפארן קיין אמעריקע.
אבער צו זאגן אז ווייל אמעריקא איז טריפה איז די מדינה א ישועה פאר אידן? רח"ל מהאי דעתא, אמעריקא איז א לאנד וואס מען ליגט אין תאוות עולם הזה, און מען נעבעך פארשלינגען צווישן גוים, אבער די רעגירונג פון אמעריקא רעספעקטירט אידן, און אלע רעליגיעס, און הונדערטער טויזנטער אידן לעבן פריי און דינען השי"ת בריש גלי.
משא"כ אין ארץ ישראל איז מען ליידער אונטער א ממשלת הכפירה, וואס זוכט איבערצוהאקן דעם שלשלת פון אורייתא וקוב"ה וישראל חד הוא, ביי זיי איז דא איין זאך א "לאנד", און זיי האבן אלעס אויפגעטוישט אויף דעם.
אין אמעריקא איז טאקע זייער ביטער, אבער השי"ת האט אונז געשיקט אין גלות,
עס שטייט קלאר אין פסוק אז דאס וועט פאסירן: ואבדתם בגוים ואכלה אתכם ארץ איביכם:
אבער אין ארץ ישראל שטייט קלאר אין פסוק, אין חז"ל אז ווען מען האלט נישט די תורה איז טויזנט מאל ערגער צו זיין ארץ ישראל.
אבער לאמיר זיך נישט מתווכח זיין וועלכעס ס'איז ערגער, ס'איז ביידע ביטער, אבער צו זאגן אויף די מעשי הכופרים אז דאס איז א ישועה פאר כלל ישראל, איז חס מלהזכיר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2008 07:43 |
|
| |
ליין נאכאמאל איבער וואס פאפא רב שרייבט.
עס איז נישט דא דער שאלה ווי עס זענען מער אידען אפגעפארן - עס איז קלאר אין אמעריקע.
אין קיינער געט נישט קיין קרעדיט פאר קיין כופרים - חס מלהזכיר
אבער די הייליגע בעלזא רב אין די הייליגע פאפר רב האבן און די מדינה אויך געזען א זאך וואס kj2008 האט נישט זוכה געווען צי זען - די יד השם
און דארך די מדינה איז דא א מעגליכקייט פאר די אמעריקאנע איזרעלי תשיבה צו טון. למען האמת איז דאס בשעתו געווען א רוח הקודש בבית מדרשו. וואס נישט איעדער האט געזען.
תוקן על ידי findodort ב- 25/12/2008 7:44:51
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2008 09:05 |
|
| |
Findort האט געשריבן
עס איז היינט א פאקט וואס קיינער קען נישט לייקענען אז אין אמעריקע איז די אסימעלאציע זייער גרויס
עס איז אבער אויך א פאקט אז מדינת ישראל האט געברענגט די לעצטע יארן הונדערטער טויזנטער גוים פון רוסלאנד אזוי אז אסמעלאציע איז אויך זייער גרויס אין מדינת ישראל.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2008 14:53 |
|
| |
הרב פינדאדארט (?).
דער רמב"ם (אין די נייע, וואו מ'האט צוריקגעלייגט די צענזור שטיקלעך), דוכט זיך מיר אין הל' שופטים, שרייבט אז דער רבש"ע האט בכוונה צוגעשטעלט יאשקע ימ"ש (מענינא דיומא...) און מוחמד כדי זיי זאלן צוגרייטן די וועלט איידער ביאת המשיח צו אחדות הבורא, וואס נאר די דאזיגע רעליגיעס האבן מצליח געווען אויסצורייסן די עבודה זרות וואס די וועלט האט דאן געדינט, און דאס וועט פארגרינגערן פאר די אומות אנצונעמען דעם עול פון הקב"ה נאך וואס משיח וועט אייננעמען די גאנצע וועלט, בב"א.
[איך האב אין זעלבן זין געהערט לעצטנ'ס פון א חשוב'ן איד, אז דער רבש"ע האט געגרינדעט על קאידא אז זיי זאלן אויסרייסן פאר ביאת המשיח די לעצטע עבודה זרה רעליגיע וואס געפינט זיך נאך אויף דער וועלט - די הינדו'ס אין אינדיע].
וועט עמיצער לכבוד דעם פארמינערן פון דעם שרעקליכן אומגליק וואס פאנדראק האט געברענגט אויף כלל ישראל? וועסטו מער נישט זאגן "וכל המינים כרגע יאבדו"?
די מדינה איז געווען דער גרעסטער אומגליק פארן כלל ישראל זינט מתן תורה. קיין זאך האט נאכנישט געברענגט אזויפיל שמד און גזירות ווי די פארשאלטענע מדינה. יעדער ערליכער איד דארף מתפלל זיין יעדן טאג אז די מדינה זאל בטל ווערן אן קיין שאדן פאר קיין אידיש קינד, אזוי אז מיר זאלן שוין ענדליך זוכה זיין צו גיין קעגן משיח צדקינו - וועלכער איז בלי ספק אויפגעהאלטן בלויז אדאנק די פארשאלטענע רשעים.
[דאס איז שוין נניח אז דער בריוו פון פאפא'ער רב איז אמת, וואס פערזענליך האלט איך אז נישט]
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2008 18:13 |
|
| |
געגאנגען: ענדליך איז דא איינער וואס פארשטייט וואס איך שרייב. kj2008 דיגט זיך מיט מיר כאילו איך בין פאר די מדינה אין ער אלס קנאי איז געגן די מדינה.
אמת, די רמב"ם שרייבט אזוי אויף יאשקע אין די רמב"ם זעט אין דעם א קלארע יד השם. (אפשר האט די צענזאר דאס ארויסגענימן ווייל kj זאגט חס מלהזכיר) די רמב"ם טוט מיט דעם גארנישט פארמינערן פון די צאוה רותחות וואס מען איז דן דעם אותו איש.
לכבודך וועל איך ברענגן נאך א שטיקל פון דעם בריוו, דערנאך וואס ער ברענגט ארויס די געוואלדיגע שיינקייט אין וויזוי תורה בליט אין א"י שרייבט די פאפער רב בזה"ל:
" אבל כבר אמה"כ את זה לעומת זה עשה א', וראיתי בעווה"ר גם לאידך גיסא הרבה והרבה ענינים אשר אני מתיירא להעלות על הכתב, כי הלא צריך ללמד זכות על ישראל כמאמר חז"ל במדרש ... אבל תמסר שערות אנוש וכמדומה שהפסולת מכל ארבע כנפות הארץ נקבצו ובאו לכאן והרבה מהם הם כתינוק שנשבה בין העכו"ם ואינהו נפישי טפי מינן הרבה פעמים."
[די בריוו איז צים לעצט געווען געדריקט אין א פאפא חודשלעכע אויסגאבע (אור חדש אב תשס"ז)]
תוקן על ידי findodort ב- 25/12/2008 18:28:03
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2008 21:33 |
|
| |
אז מען רעדט שוין פון רמב"ם לאמיר נאכקוקן נאך א רמב"ם.
רמב"ם ספר המצות - מצות לא תעשה - מצוה כ
מצוה כ - שהזהיר המוסת שלא ללמד זכות למסית ואפילו ידע לו זכות אינו מותר לו להזכירו ולא ללמדו והוא אמרו ית' ולא תחמל ובא הפירוש לא תחמל לא תלמד עליו זכות:
ווער עס קוקט און ספרי חסידות, ווייסט אז אין יעדע זאך איז דא א "יד השם", אפילו אין די גרעסטע חטאים וכו', וואס איז למעלה מהשגתינו, אבער צו גיין שרייבן אויף כופרים ומינים וואס זוכן אויסצורייסן תורה אז דאס א ישועה מן השמים. איז "חס מלהזכיר", אפילו ווען עס וואלט געווען אמת, און אוודאי ווען ס'איז נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2008 22:14 |
|
| |
kj די רמב"ם רעד פין א מסית, א מסית, א מסית
לע"ז. און נישט א יעדע רשע מרושע גייט אריין און די כלל.
וואס יא צי זאגן אין וואס איז "חס מלהזכיר" לאז איבער פאר גרעסערע פון דיר.
תוקן על ידי findodort ב- 25/12/2008 22:16:54
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2008 22:48 |
|
| |
אויב די ציונים אין די מדינה, פרייע ווי פרומע, זענען נישט בכלל פון "מסית", און טאקע "מסית לעבודה זרה", ווייס איך נישט אויב ס'איז אמאל באשאפן געווארן עמיצער וואס גייט יא אריין אין דעם כלל.
פיל גרעסערע פון KJ האבן געזאגט אז ס'איז חס מלהזכיר, במילא האסטו געוואנדן דיין תגובה צום ראנג אדרעס. צו זאגן אז דורך כפירה ומינות קען קומען א ישועה פאר אידישע קינדער דאס זעלבסט איז כפירה ומינות. דער זאגער איז ווייניגסטנס משוחד אדער בלינד אדער ביידע.
ענטפער מיר נאר ביטע איין קלייניגקייט: דו גלייבסט אין די ווערטער/הבטחה פון די תורה הק' "ולא תקיא הארץ אתכם בטמאכם אותה"?!
וויאזוי איז שייך פאר א איד א מאמין צו טראכטן אז די וועלכע טרעטן בשאט נפש אויף יעדן פון די תרי"ג מצוות, מיט א ספעציעלן דגוש אויפן "בטמאכם אותה", זענען נישט געוואנדן אינעם ריכטונג פון "תקיא הארץ אתכם" - צום דריטן מאל, בעוה"ר?!
הקב"ה איז א מאריך אף, ער האט דאס ערשטע מאל געווארט אזוי לאנג ווי 850 יאר, אבער ס'איז ברור אז אויפן וועג וויאזוי זאכן גייען יעצט שפאצירט די מדינה אויף א זיכערע בריק פון זעלבסט פארניכטונג, ברוחניות ובגשמיות. וויאזוי קען עמיצער דאס באטראכטן אלס "ישועה" אפילו אויפן קורצן טערמין?!
אומגלויבליך!
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2008 23:24 |
|
| |
kj איך פארשטיי דיין געפיל. אבער ווערטר האבן באגריפן אין "עבודה זרה" מיינט טאקע עבודה זרה עבודה זרה, עבודה זרה. געצען דינעריי.
אמת עס איז געווען אזלעכע וואס האבן געהאלטן "חס מלהזכיר" פון די אנדערע זייט זענען געווען גדולים וטובים וואס זיי האבן געהאלטן - און געשריבן - אז עס איז אויך דא און דעם א חסד און א יד השם.
אין דאס איז נישט פאר kj אין נישט פאר פינדאדארט צי נעמען א שטעלונג.
דעס וואס די פרעגסט אויף "תקיא הארץ אתכם" גלייב איך נישט איז היינט שייך ווייל ביז דערווייל זענען מיר נאך און גלות זייט די צווייטע חרבן. וד"ל
אמת א"י האט א גרעסערע קדושה, און קדשה לעתיד לבא, און א איד וואס איז חוטא בפלטרן של מלך באקימט א גרעסערע עונש. אבער ווער זאגט אז דער עונש איז חל אויף כלל ישראל. אויף א אופן תקיא הארץ אתכם.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2008 23:31 |
|
| |
קודם כל האסטו מסתמא מיר געמיינט און נישט KJ.
צווייטנס איז נישט געווען קיין איין אמת'ער גדול וועלכער האט געזאגט אדער געשריבן אזוינע נארישקייטן, מילד גערעדט, כאילו די מדינה איז א 'ישועה' פאר כלל ישראל.
ווען דער שטן האט געפייניגט איוב איז אויך געווען דערין א יד ה', איז עס דעריבער געווען א 'ישועה'?! יעדע זאך אין דער וועלט, מטוב ועד רע, איז א יד ה', אבער דאס מיינט נישט אז ס'ליגט דערינען א ישועה אדער ענליכע שטותים.
דריטנ'ס, ווער האט גערעדט פון גלות וגאולה? איך רעד פון "תקיא הארץ אתכם", דאס איז א הבטחה וואס האט קיין שייכות מיט גלות אדער גאולה. די מעשים וועלכע זענען אויפן וועג פון זעלבסט פארניכטונג קענען נישט און זענען נישט אין דער זעלבער צייט קיין 'ישועה', בשום פנים ואופן.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2008 23:54 |
|
| |
געגאנגען ביזט גערעכט איך האב נישט באמערקט.
איך האב דיר געברענגט א בריוו פין פאער רב
והרבה נצטערתי בראותי זאת, על מה עשה ה' ככה לארץ הזאת...ואף שב"ה לא קשה לי כלל... [כי לא] מחשבותי מחשבותיכם... אבל...ודע מה שתשיב וכו', וכאשר התבוננתי על מהות האנשים האלה נזכרתי בימי עניי ומרודי כאשר נפל גורלי... שמעתי כמה פעמים ממקצתם שקיבלו עליהם רח"ל להשתמד אחר שיצאו מן הצרה כדי להציל עכ"פ את זרעם מצרות כאלה שסובלים עם בנ"י... [ו]כדי שלא יצאו ח"ו מן הדת לגמרי וישארו תחת שם ישראל דאז יש לקוות דילמא נפקו מינייהו זרעא מעליא, לטעם זה ניתן להם מדינה שיתגאו בה...והקב"ה חפץ שלא ידח ממנו נדח ח"ו
און די ווייסט אויך וואס בעלזא רב האט געזאגט.
יעצט האסטו צוויי ביררות אדער מחליט זיין ווער איז א אמת'ער גדול אדער קענסטי מחליט זיין אז די גלייבסט נישט דעם בריוו און דאס האבן די פאפענע נאר געפלשט ווייל זיי האבן פיינט דעם רבין וכד'.
ביחס צו "תקיא הארץ אתכם" (איך האב נישט געקיקט מפרשים) איז בפשטות פשט די אייבישטער זאגט צו פאר כלל ישראל א"י לנחלה. און ווארענט זיי אויב וועלן זיי זיך נישט אויפפירן ווי עס בעדארף וועלן זיי דאס פארלירן אין גיין און גלות.
תוקן על ידי findodort ב- 26/12/2008 0:03:56
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2008 00:01 |
|
| |
אין פאפא'ער רב'ס בריוו שטייט נישט קיין ווארט וועגן 'ישועה'. וועגן בעלזער רב ווייסטו זייער גוט אז ס'איז שוין נישט געבליבן איבער וואס זיך מתווכח צו זיין. די ברירות אפצומאכן ווער ס'איז אן אמת'ער גדול ליגט דוקא ביי דיר, וד"ל.
ס'איז קלאר אז "תקיא הארץ אתכם" איז נישט באגרעניצט צו גלות וגאולה, ס'איז א נאטירליכע קללה וואס דער רבש"ע האט צוזאמגעבינדן מיטן "בטמאכם אותה", די הייליגע ערד פארטראגט פשוט נישט קיין גראבע עבירות ובעלי עבירה.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2008 00:22 |
|
| |
איך האב אויך נישט געשריבן 'ישועה', אבער וואס איז א נ"מ.
ועגן די ברירות אפצומאכן ווער ס'איז אן אמת'ער גדול ליגט דוקא ביי דיר האב איך באמת נישט פארשטאנען. ביי מיר זענען אלע ערליכע אידען זייער חשוב.
איך ווייס נישט צי די ביסט גערעכט מיט דיין פשט תקיא הארץ אתכם אבער נניח אז יא מן ימר אז דאס איז א חרבן אויף כלל ישראל סך הכול וואס דאס זאגט איז אז דער שגץ אין א"י באקימט א גרעסערע עונש ווי דער שגץ אין חו"ל
תוקן על ידי findodort ב- 26/12/2008 0:19:31
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2008 02:22 |
|
| |
...
תוקן על ידי געגאנגען ב- 26/12/2008 2:18:00
|
|
|
|
|