בית פורומים כל העולם כולו

"אגרת מענה לחכם" אויפ'ן ספר ויואל משה ערשינען!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/12/2008 02:29 לינק ישיר 

אויב דו מוזט דוקא האבן דאס לעצטע ווארט פארגין איך דיר עס הארצן גערן, אבער אז דו ווילסט קומען דא רעדן האלבע צי גאנצע ציונות מאך עס כאטש מיט טאקט.

דאס ציטיר איך פון דיין תגובה אויף די ערשטע זייט:

"ערליכע ידען מיט א ברייטע קיק האבן געקענט זען די חרבן וואס די  ציוניסטישע מדינה ברענגט מיט זיך איו די זעלבע צייט אויך זען ווי זוי דאס איז א ישועה פאר אידן"

און דערויף האב איך דיר געענטפערט אז ניין, ערליכע אידן האבן נישט געקענט זען וויאזוי דאס איז א ישועה פאר אידן. מ'קען זען דערין דעם יד ה', מ'קען אפילו פרובירן צו טרעפן די גוטע זייט פון די סאמע ערגסטע [ערליכע אידן האבן געטראפן די גוטע זייט אפילו פונעם האלאקאוסט רח"ל. און ניין, ס'איז נישט געווען אז מ'קען פארן אויף איראן זיך קושן מיט דעם צורר היהודים], אבער דאס מיינט נישט אין קיין שום וועג אז דאס איז א ישועה אויף סיי וועלכן אופן, חס מלהזכיר.

בנוגע "תקיא הארץ אתכם" איז קיין גרויסע נפ"מ וואס דאס זאגט, איין זאך וואס ס'לאזט נישט איבער קיין צווייפל איז דער פאקט אז די מעשים תעתועים וועלכע וועלן בהכרח ברענגען דעם שרעקליכן עונש קען בשום אופן נישט זיין קיין ישועה פאר כלל ישראל, אפילו אויב מ'זעט נישט אויפן פלאץ החטא ועונשו.

און כדי צו זיין קלאר, איך בין מיט דעם מסיים ווילאנג דו גייסט איבער ווידער און ווידער אויף דיינע זאכן ככלב השב על קיאו. כ'האב קיין געדולד איבערצוקייען נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע זאך, און כ'געב דיר גערן דאס לעצטע ווארט.

תוקן על ידי געגאנגען ב- 26/12/2008 2:25:45




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2008 17:02 לינק ישיר 

איך האב נישט באמערקט אז איך האב געשריבן די ווארט "ישועה" אין ווי איך האב אויבען געשריבן זעי איך נישט קיין נ"מ. צווישען "א יד השם לטובת ב"י" און די חס מלהזכיר ווארט "ישועה".  

איך בין דאס אבער גרייט צי טוישן לכבודך

"ערליכע ידען מיט א ברייטע קיק האבן געקענט זען די חרבן וואס די  ציוניסטישע מדינה ברענגט מיט זיך איו די זעלבע צייט אויך זען דעם יד ה' אין אויך טרעפן די  גוטע זייט דערפין  לטעם זה ניתן להם מדינה שיתגאו בה...והקב"ה חפץ שלא ידח ממנו נדח ח"ו "

אויב די ווילסט דאס ריפן "רעדן האלבע צי גאנצע ציונות" זאל עס זיין אזוי. 

פאר איך פארגעס: איך בין אויך מודה צו דיר אז אלע וואס טיען אפ מעשים תעתועים וועלן בהכרח באקימען א שרעקליכן עונש אפילו אויב מ'זעט נישט אויפן פלאץ החטא ועונשו.

 



תוקן על ידי findodort ב- 26/12/2008 17:12:43




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2008 17:40 לינק ישיר 

האלט איינער אז בעלזער רב אגער פאפא'ר רב איז גרעסער פון הלל אדער רבי עקיבא. וועט היינט עמיצער לייקענען אין ביאת המשיח און ברענגען א ראי' פון די גמרא אז הלל זאגט אין משיח לישראל??? צי וועט איינער זאגן היינט אז משיח איז שוין געקומען און ברענגען א ראי' פון רבי עקיבא וואס האט געהאלטן א בר כוכבא איז משיח??? סאו ס'איז גא א שמועה א דער הייליגער בעלזער רב האט אזוי גע האלטן 50 יאר צוריק, וואו-ווי!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2008 21:55 לינק ישיר 

דער מקור איז א ירושלמי תענית כ"ד
ר' עקיבה כד הוה חמי בר כוזבה הוה אמר דין הוא מלכא משיחא
(בר כוכבא איז דער זעלבער ווי בר כוזיבא אדער בר כוזבה).




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2009 00:26 לינק ישיר 

איך האב געהערט אז הרה"צ ר' סופר שליט"א האט געשריבן אין 'נייעס באריכט' אין זיין וועכנטליכן רובריק, איבער דעם 'אגרת מענה לחכם', ווייסט איינער וואס פארא גרויסע סברות ער האט דארט געשריבן?


אדער האט ער פשוט געשריבן אז דער ספר רעדט נישט צו דער זאך און מען איז א כופר באלוקי אויב מען לערנט דאס?

איין זאך האט ער זיכער געמאכט אז ער האט ערוועקט די נייגער פון עטליכע אידן צו זוכן דעם קונטרס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2009 00:30 לינק ישיר 

(שלום עליכם דיפלא. לאנג טיים דידנט ספיק..)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2009 21:43 לינק ישיר 

מענה לחכם איז סברות נישט קיין מקורות אין הלכה

שוין געהערט אזאנס




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2009 05:37 לינק ישיר 

עפשטיין
משא"כ די ויואל משה?......




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/8/2009 07:05 לינק ישיר 

שוין, דער ויואל משה איז אפגעפרעיגט, יעצט דארף מען רופען רביה"ק זי"ע דער "בעל דברי יואל" 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > "אגרת מענה לחכם" אויפ'ן ספר ויואל משה ערשינען!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.