בית פורומים כל העולם כולו

נייעס פון מיטל מזרח מלחמה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/12/2008 16:45 לינק ישיר 
נייעס פון מיטל מזרח מלחמה

אין דעם אשכול קענט איר אריינלייגן אלע נייעס וואס אין באצוג צו די מיטל מזרח מלחמה וועלכע האלט אינמיטן אויפפלאקערן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2008 15:08 לינק ישיר 
אויפברויז וואקסט אין אראבישע וועלט

איבער די לעצטע פאר טאג ווערן די אראבישע מאסן צוביסלעך מער אויפגעברויזט אויף זייערע אייגענע רעגירונגען פארן שטיצן אמעריקאנער און איזראעלי מיטל מזרח פאליסיס, און פאר נישט ארויסהעלפן חאמאס, אדער אין פאל פון מצרים גאר טענות פארן העלפן מדינת ישראל אין זייער מיליטערישע אפעראציע.

איין באשעפער ווייסט וואו דאס קען זיך ענדיגן, ס'קען מעגליך פירן צו א דראמאטישן אויפשטייג פון ראדיקאליזם איבערן גאנצן מיטל מזרח, די רעגירונגען אין לבנון און מצרים זענען ערנסט באדראעט צו פאלן אויב דער מצב אין עזה האלט אן ווייטער אזוי. אפילו סאודי אראביע איז נישט גענוג באשיצט.

דאס ערגסטע איז דער פאקט אז די סוני לענדער ווי מצרים, סאודי אראביע, ירדן, אא"וו שטיצן די אטאקעס אויף זייערע סוני ברידער, די חאמאס. דערקעגן די שיאיטישע מיליטאנטן פון איראן און בעיקר חיזבאללא זענען גאר ארויסגעקומען אין שטיצע פון זייערע געווענטליכע פיינט, די סוני חאמאס.

מעגליך אז חאמאס האט טאקע געצילט מיט די דאזיגע אטאקעס צו ברענגען דעם סארט אויפברויז, וואס קען אויפן לאנגן טערמין שטארק העלפן זייערע אידעאלאגישע צילן אין מאכן דעם מיטל מזרח מער רעליגיעז.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2008 15:15 לינק ישיר 
מדינת ישראל אנטזאגט פייער אפשטעל

די מדינה האט אפגעווארפן א פראנצויזישן פלאן אפצושטעלן דאס פייער פאר 48 שעה ביז מ'קען קומען צו עפעס אן אויסגלייך.

אינצווישן האט דער נשיא שמעון פערעס באזוכט א בונקער אין אשקלון, ברענגענדיג מיט זיך די וועלט'ס פרעסע זיי צו ווייזן די שווערע אומשטענדן אין וועלכן די מדינת ישראל בירגער האלטן זיך אויף אדאנק די ראקעט און מארטאר אטאקעס. דאס דארף באלאנסירן די שוידערליכע בילדער וואס די וועלט'ס פרעסע האלט אין איין ווייזן פון די אראבישע זייט, וועלכע ברויזן אויף דעם אלגעמיינעם דעת הקהל קעגן די מדינה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2009 02:54 לינק ישיר 

יעצט אויף CNN.COM קען מען וואטשן לייוו וואס ס'גייט פאר.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/1/2009 03:24 לינק ישיר 

דאס איז אפשר נישט קיין נייעס, ווייל די תורה איז א נצחי, אבער קוקטס און שטוינטס! איך האב עס באקומען פון איינעם



_________________


ויואל משה - על הגאולה ועל התמורה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2009 04:02 לינק ישיר 

מתוך דברות קודש מכ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

ביום כ"א כסלו שנת תשס"ט לפ"ק באולם ברוקלין ארמיי

 

ס'איז היינט געווארן א נייע קולא אז מ'קוקט נייעס, מ'גיבט א קוועטש מיט'ן קנעפל און מ'קען מיטהאלטן די נייעס. א איד איז זיך געקומען אפרעדן, א קינד אין חדר האט דערציילט פאר זיין אינגל, אז ער האט געזעהן די גאנצע מעשה וואס איז געווען לעצטנס אין אינדיע, וואס ס'האט ליידער געקאסט אידישע נפשות, האט דער פאטער מיט די גאנצע משפחה דאס מיטגעהאלטן אויפ'ן קאמפיוטער. זאל דער איד וויסן, ער איז מחנך זיין קינד צום קאמפיוטער, ער זאל וועלן זען אויפן קאמפיוטער די אינטערסאנטע נייעס, ער מיינט אז זיין קינד וועט נאר קוקן וויפיל ער וויל און וויפיל ער ערלויבט אים, זיין קינד איז יעצט שוין קלוגער, און ער וועט נאך בעתיד זיין נאך קלוגער, ער וועט אליינס וויסן וויאזוי זיך צו באנוצן מיט'ן קאמפיוטער, ווען דער טאטע וויל און ווען ער וויל נישט, מ'איז מחנך דאס קינד לכל דבר רע, לכל מרעין בישין, מיט א קוועטש אויפ'ן קנעפל מאכט מען דעם קאמפיוטער פאר א ריכטיגער "טעלעוויזשאן", ווען מ'זיצט ביים קאמפיוטער זאל מען וויסן אז מ'קוקט יעצט דעם טמא'נעם "טעלעוויזשאן".

וויל איך איבערזאגן דברי אלקים חיים וואס דער פעטער ז"ל האט געזאגט ביי די דרשה הושענא רבה תשט"ו, איבער דעם טמא'נעם כלי פון טעלעוויזשן, האט ער געזאגט בזה הלשון: "ווער האט זיך דען געקענט אמאל אויסמאלן אין פריערדיגן דור, אז ס'וועט זיין אמאל אזא חציפות, אז ס'וועט זיין, א טיילעוויזשן, - ער האט דאס גערופן טיילעוויזשן – אז ס'וועט זיין א טיילעוויזשן אויף דער וועלט און ס'וועט זיך טרעפן אידן וואס זיי האבן נאכנישט גע'שמד'ט און זיי נעמען דאס אויך אין שטוב אריין, ביטער און זויער, אוי וויי, איך האב דאס שוין געזאגט, ווען ס'וואלט ווען געווען אין די פריערדיגע דורות, וואלט מען ווען אויסגעשלאסן אזא הויז מזרע ישראל, ס'איז בעונותינו הרבים אלעס, ע"ז מיט גילוי עריות, און ס'איז גארנישט מעגליך, מען זאל א גוטן סוף האבן, מ'קען גארנישט בלייבן קיין איד, דאס איז די גאנצע, ס'איז נישט פארהאנען נאך אזא חציפות. עכלה"ק.

אין די העכער פופציג יאר זינט יענע דרשה, איז די וועלט נישט בעסער געווארן, נישט די גוי'אישע וועלט און נישט די אידישע וועלט, ס'איז ליידער אסאך ארגער געווארן, ליידער, ליידער, מ'האט די קאמפיוטער'ס, און מ'מאכט דאס מעת לעת פאר א טעלעוויזשאן. זאל מען וויסן, דער וואס האלט מיט די נייעס אויפ'ן טעלעוויזשן המכונה קאמפיוטער, אז ער איז נכלל בכלל אין די אלע שארפע ווערטער וואס מיר האבן פריער נאכגעזאגט פון פעטער ז"ל, און וויאזוי כאפט מען נישט אן א מורא און א פחד?! דאס איז ליידער דער רוח הזמן ממנהגי אמעריקא, מ'מוז האבן אזא כלי און דאס קומט אריין אין אונזער מחנה, דארף מען מאכן געוואלדיגע גדרים און סייגים, מ'דארף אהערשטעלן א חומה בצורה אפצוהיטן כרם בית ישראל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2009 19:29 לינק ישיר 

ערשטער סאלדאט געהרג'עט געווארן די נאכט אין עזה. נאך עטליכע שווער פארוואונדעטע.

אין א זייטיגן נאטיץ האט די פרעסע אנגעצייכנט וויאזוי פון היינט פונקט דריי יאר צוריק (אויפן גוי'אישן דאטום) איז אריק שרון, דער ערפינדער פון די "התנתקות", צוזאמגעפאלן און געווארן א וועדזשטעיבל. נאך וואס ער האט גאראנטירט אז מדינת ישראל איז פארטיג מיט עזה אדאנק די התנתקות.

היינט דריי יאר שפעטער איז דער צה"ל צוריק אין עזה, מיט אומפאראויסגעזעענע קאנסעקווענצן און אן קיין מושג וויאזוי און ווען מ'גייט ארויס פון דארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2009 21:31 לינק ישיר 
Honest Reporting

(קונצען:)

http://www.honestreporting.com/a/breaking_point.asp


www.honestreporting.com




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2009 22:05 לינק ישיר 
Operation Cast Lead: Background Briefing


http://www.youtube.com/watch?v=-UmVhvhFqic&eurl=http://lawhawk.blogspot.com/2009/01/operation-cast-lead-day-9.html&feature=player_embedded



תוקן על ידי קונצען ב- 04/01/2009 22:05:05




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2009 00:26 לינק ישיר 

ווי עס ווערט באריכטעט דא העכער אונזערע קעפ אין בחדרי חרדים האט די ש.ב. געמאלדן אז כאמאס דראעט צו אטאקירן חרדי'שע ישיבות אין ירושלים אלס נקמה!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2009 20:55 לינק ישיר 
???Women and Children


http://www.youtube.com/watch?v=-OsfXwlqpJI&feature=related
 
http://www.youtube.com/watch?v=3N3mmaUYjJo&feature=related

תוקן על ידי קונצען ב- 05/01/2009 20:53:38




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2009 17:20 לינק ישיר 

שרעקליכע טראגעדיע ווען 40 מענטשן מיט קינדער ווערן געהארגעט פון צה"ל טאנקען פייער אויף א יו.ען. סקול

אויף אזעלכע זאכן ווארט די כאמאס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/1/2009 03:43 לינק ישיר 

"קול סאטמאר" האט געעפנט א נייע אפטיילונג "קול ה' בכח" מיט דרשות איבער ציונות.

צווישן אנדערע האב איך דארט געהערט א הערליכע דרשה פון רבינו שליט"א שנת תשנ"ז אין א"י, וואו די רבי שמועסט הערליך אויס דעם גאנצן ענין מיט טעם און הסבר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2009 23:27 לינק ישיר 

ענדליך זעט זיך שוין אויפן האריזאנט עטוואס אויסזיכטן פאר א פייער אפשטעל, סיי מדינת ישראל און סיי כאמאס זאגן שוין מיט א האלבן מויל אז זיי זענען גרייט אפצוהאלטן דאס פייער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נייעס פון מיטל מזרח מלחמה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext