פארוואס פארשעמט מען וועלטס חזן קאלעקצי?
פאר די וואס ווייסן, וועלעך מאכן א קורצע הקדמה'לע
לכבוד די געהויבענע הייליגע הנרות ביי אדמו"ר מהרז"ל, האט ליפא קרויס, יעקב בער, שטערנבערג און נאך, ארומגעזען אז מ'מוז עפעס טאן דראסטיש צי ברענגען מענטשן צו די חנוכה ליכט אין ראדני.
צו די תורות זיינע, קומט מען דאך נישט, סאו וואס טוט מען.
האבן זיי באשלאסן צי ברענגען יעדע נאכט אן אנדערען חזן צי זינגען דעם חשוף
איין נאכט האט מען געדינגען ר' מאיר ברוך קאהן, וואס האט אראפגעלייגט א חשוף איינס אין דער וועלט
אן אנדערע נאכט האט מען געברענגעט פאר גרויס געלט ר' יעקב יוסף שטארק,
עס האט אבער נישט געארבעט כדבעי. די זאליס האבן ענדערש געשפילט קוויטלעך ווי הערן די חזנים זיך גארגלען...
האט מען אויף מוצש"ק געמאלדן אז מ'גייט ברענגען דעם מעכטיגן חזן, דער וועלט בארימטער שטימע מייסטער און עמוד קינצלער ר' יעקב קאלעצקי, וואס וועט מ'וועט נאר מעלדן זיין נאמען, וועלן מענטשן פון איבעראל שטראמען, מענטשן פון דער גארער ניו יארק און אומגעגענט וועלן אלע אנלויפן צו די הנרות פונעם גרויסן לאקאלן רבי'ן.
וכן הוה.
מ'האט אי מעילס, וואויס מעילס, געפעקסט און טראנסטימירט אויף אלע לופט כוואליעס און טעכנאלאגיע אפאראטן אז חזן קאלעצקי וועט זינגען חשוף... WOW!
קוקט דא אויף דעם בילד פון מוצש"ק בשעת קאלעצקי גארגלעט זיך וויפיל מענטשן זענען געקומען!
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 30/12/2008 8:19:55
 |
|
|