בית פורומים כל העולם כולו

דער עצרת שלושים לקדושים אין ככר השבת

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/1/2009 19:02 לינק ישיר 

מ'זאגט פון צדיקים אז דער פירהאנג צווישן אמת'ע קנאות און פשוט'ע רשעות איז גאר דין און מען דארף זיין גאר ערליך  זיך נישט צו נער'ן און זיך נישט ח"ו טועה צו זיין.
למשל ווען איינער שרייט אויף איינעם וואס רעדט ביים דאווענען, איז ער דאך מקיים דעם שו"ע וגוערין בו, אבער וויי און ביטער איז אויב דער שרייער האט אויך אן אנדער כונה ווייל ער איז ברוגז אויף דעם שמועסער אדער איז ער איצט סתם אנגעצויגן וכדו' איז ער דאך א מבזה חבירו ברבים וואס אין לו חלק וכו'.
מי יתן וואלטן מיר געהאט די זכוי' צו ליינען די באגאבטע הסברים פון "עבד עברי" ווי ער וואלט דאס צולייגט אויף קליין געלט, דעם גרויסן חילוק אז אונזער הייליגער סאטמארער רבי, וואס האט לוחם געווען בכל נימי נפשו, האט זייער גוט געוואוסט און געלערנט מיט אונז דעם דינעם ווענטל צו פארשטיין ווען עס איז א מצוה מוחה צו זיין און ווען חס ושלום עס איז אין כלל דער גרעסטער חילול השם ה"י.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2009 20:11 לינק ישיר 

גפנר
ראשית כל, אלע תלמידי וחסידי רביה"ק דברי יואל ומ"מ רביה"ק הברך משה האלטן אזוי אז יעצט איז נישט די צייט מוחה זיין.
אבער צו זאגן התגרות באומות, וואסערע מין היפקראטיע, ווער האט געשטעלט די גדרים פון התגרות באומות, אמעריקא ווערט ברוגז ווען אידן זאגן אז די ציונים טארן נישט אטאקירן עזה, עגלאנד ווערט אפשר ברוגז, מיט וועלכע פאלק רייצט מען זיך
מיט איין אומה וואס זאגט ככל הגוים בית ישראל, נו מיט די רייצט מען זיך אויך אין פרידנס צייטן ווען ס'איז דא חיטוטי שכבי גיוס בני ישיבות תכנית ליבה ועוד.
און ווידער ווען זיי די רשעים שיקן (איך געב א משל פון א לעצטיגע זאך) אינעם קיין אינדיע זיך מישן אין עפעס א פאליטיק, וואס לכבוד דעם זאגן די פאקיסטאנע טעראריסטן זענען זיי ברוגז אויף די ציונים, און מי יודע אויב נישט דאס איז דער גורם פון די הריגת קדושי מומבעי, דאס הייסט נישט התגרות באומות.

זאגזשע ווי איז דער גדר




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2009 20:18 לינק ישיר 

אפשר זאגסטו מיר וויאזוי די אמריקאנער פאלק קיקט צי ווי אייגענע אידען בני אברהם יצחק און יעקב שטייען האנט ביי האנט  מיט טרוריסטן ימ"ש קעגן זיך אליינס ?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2009 20:24 לינק ישיר 

איין סיין שטייט: די "תורה" פארלאנגט,  אז גאנץ פאלעסטיין געהערט פאר די פאלעסטינער

וואו שטייט אז "אלל פאלעסטיין" געהערט פאר די פאלעסטינער?

אפשר דארף דאס גיין פאר די טערקן? אפשר פאר ענגלאנד? אפשר פאר סיריע? אפשר א שטיקל פאר מצרים? און פאר ירדן? ווייל די פאר משוגעים האבן איינגעהאקט מיט אראפאט מוז מען אוועקגעבן אלעס נאר פאר די פאלעסטינער?

דאס איז נישט יושר......




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2009 20:25 לינק ישיר 

דער הייליגער רבי האט קיינמאל נישט געהאלטן אז מען מעג גיין מיט די ארעבער ציזאמען

אין ער האט אייביג אבאכט געגעבן אז ס'זאל נישט ארויס קומען קומען קיין חילול השם

ער האט געהאלטן אז מען דארף די אומות העולם לאזן וויסן אין מודיע זיין פאר די גאנצע וועלט

1) אז די תורהמיט יודישקייט האט גארנישט מיט די מדינה ישראל
 2) אין זיי די מדינה פארטרטען נישט קיין יודישקייט
3) יודין טארן א מדינה נישט האבן פאר די גאולה שלימה
4) יודין רייצן זיך נישט מיט קיין אראבער
5) אין אז זיי זענען שולדיג אויף צרות אנגעהויבן פין די זעקס מיליאן קדושים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2009 20:32 לינק ישיר 

צי גיין מיט אראבער ציזאמען אויף א פראטעטעסט איז חילול השם נאך דערצו מיט רוצחים 
דער בילד איז פין די פראטעסט ווי אראבער מיט נוטרי קרתא זענען געגאנגען די וואך אין מאנהעטען.


 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2009 23:01 לינק ישיר 

גפנר האסט מיר נישט גוט פארשטאנען
קלאר אז מען טאר נישט חלילה גיין מיט די אראבער
קלאר אז די נטורי קרתא איז נישט גערעכט
קלאר אז דאס איז א געוואלדיגע חילול השם

אבער מיט התגרות באומות האט דאס קיין שייכות נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2009 03:16 לינק ישיר 

רעדענדיג מיט אן עלטערן בעל הבית האט ער מיר אנגעוויזען דעם שטיקל אין די הקדמה אויפן על הגאולה

http://www.mysatmar.com/docs/shite_hakdoshe/al-hagileh.pdf

דף י"ג


_________________


ויואל משה - על הגאולה ועל התמורה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2009 03:37 לינק ישיר 

גאסט, א גרויסן ישר כח פאר'ן ברענגען דעם שטיקל פון על הגאולה פון די הקדמה וואס דער רבי זי"ע האט אליין געשריבן, וואס ברענגט ארויס זיין אמת'ן דעת תורה, און ס'איז א מצוה דאס מפרסם צו זיין.

וואלןסח, התגרות באומות איז ווען מען שטעלט זיך צוזאם מיט טעראריסטן וואס אטאקירן שוין אמעריקע פאר לאנגע יארן און מען זאגט זיי אחינו אתם. דאס איז סיי די פאלעסטינער און  באזונדער די איראנער, וועלכע האבן דורכגעפירט מערערע טעראר אטאקעס קעגן אמעריקע אין די לעצטע דרייסיג יאר, און זענען דעריבער אין מלחמה קעגן אמעריקע.

יא, ס'איז התגרות באומות צו גיין מיט טעראריסטן וועלכע אטאקירן אמעריקע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2009 02:35 לינק ישיר 

שטיין מיט די חברה איז קלאר א פאטש אין פנים פאר א אמעריקאנער גוי וואס האט למשל משפחה אין איראק, אדער פארן אמעריקאנער פרעזידענט וואס פירט א מלחמה אין איראק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דער עצרת שלושים לקדושים אין ככר השבת
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.