| נשלח ב-4/1/2009 19:36 |
|
| |
ערנסטער דורכפאל פאר דער בלאט
די וואך האט דער איד אריינגעלייגט א קאַפי (נעבן א פאלשן בריוו) פון אן ארטיקל וואס דער בלאט האט נאכקאפירט אות באות פונעם איד א וואך בעפאר.
ס'איז מיר באמת אומפארשטענדליך וויאזוי דער בלאט האט עס צוגעלאזט, כ'בין כמעט זיכער אז עמיצער אינעווייניג האט זיי געוואלט צופיקסן מאיזה סיבה שהוא.
אויב עמיצער דא ווייסט דעם הסבר דערפון ביטע מיטטיילן פאר ציבור.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2009 19:48 |
|
| |
יאפ'ס. שטייענדי און גראסערי האב איך דורוך געבלעטערט דעם "דער איד" און כהאב נישט געגלייבט וואס איך זע,
אדרבא, איך וואלט געוואלט הערן א הסבר דערויף פין די בלאט חברה
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2009 19:59 |
|
| |
דער ארטיקל איז אריין געשיקט געווארן דורך נטרונא ס'האט גארנישט געהאט נישט מיט
דער בלאט אין נישט מיט דער איד.
מנשה פילעפף האט עס גע'גנב'עט אין אריין געלייגט אין דער איד אויף זיין נאמען.
מען קען מערקן אז דער בלאט האט עס אריין געלייגט ביים סוף אין א באקס אזוי ווי א עד .
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2009 20:08 |
|
| |
און וואס איז ווען מען נעמט יא אן ארטיקל פון דער איד און מען דרייט עס ארום און מען מאכט אן ארטיקל אומזינסט.
זאל דער איד באצאלען פארן שרייבער עס צו שרייבן און דער בלאט זאל דאס אריינלייגען אן קיין קאסט.
גראדע רוב ארטיקלען און פארזעצונגען וואס איז דא אין דער איד איז אויך נאר איבערגעטייפט פון אלטע בוקס און אידישע ליכט וכו', טא וואס איז א נפקא מיני א גאנץ געשעפט.
טא וואס איז א חילוק אז אלע נייעסער פון דער איד ווערט בלויז איבער געזעצט פון ענגליש אויף אידיש פון גוישע צייטונגען, און זיי לייגן עס אריין, און שרייבען נישט פון ווי זיי האבן עס גענומען, איז נאר פון די גוישע צייטונגען מעג מען גנב'נען און פון די אידישע נישט.
גראדע די גאנצע דער איד איז גענבט געווארן דורכן גנב וגזלן משה פריעדמאן זכרונו לסרחה, פון די קהלה און פון ר' סענדר דייטש.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2009 20:18 |
|
| |
ר' יונה,
ווילסט צוגלייכן דאס וואס מען טייטשט איבער פון ענגלישע צייטונגען און פון אלטע אידישע ליכט צו דאס וואס מען שרייבט נאך די זעלבע ווערטער ממש פון דער איד אינגאנצן איין וואך נאכדעם וואס עס איז דארט געווען געדרוקט?
זיי נישט נאריש.
אויף דעם האט דער חכם מכל אדם געזאגט, ווען דער נאר שווייגט מיינט מען אז ער איז א חכם.
האסט געמאכט א פעלער, שלינג אראפ און פארטיג.
דער טעות איז נישט אזוי געפערליך ווי די קינדישע פארענטפערונגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2009 20:20 |
|
| |
| ארגינעלער כתב: |  | דער ארטיקל איז אריין געשיקט געווארן דורך נטרונא ס'האט גארנישט געהאט נישט מיט
דער בלאט אין נישט מיט דער איד.
מנשה פילעפף האט עס גע'גנב'עט אין אריין געלייגט אין דער איד אויף זיין נאמען.
מען קען מערקן אז דער בלאט האט עס אריין געלייגט ביים סוף אין א באקס אזוי ווי א עד . |
|
מנשה סילוף איז אלטער גנב פין גנב'ענען ארטיקלן
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2009 20:28 |
|
| |
הערשל שרייבט: האסט געמאכט א פעלער, שלינג אראפ און פארטיג.
דער טעות איז נישט אזוי געפערליך ווי די קינדישע פארענטפערונגען.
נו נו רוהיג, אזא פעלער, אוי וויי, רחמנה ליצלן, אוי לדור שכך עלתה בימינו!
איך האלט אז די רבנים הגאונים הצדיקים מרנן ורבנין די חברי הבדי"צ ראסס סט. העולמי ובראשם מרן כ"ק הראב"ד דפאסט אפיס שליט"א זאלן ארויס קומען מיט א מחאה נמרצה דערוועגן, וואס זאל אויפשאקלן די גאנצע וועלט מקצה העולם ועד סופו אזש ביז אין אפגאניסטאן אריין, און פארדאמען די שרעקליכע זאך מיט די הארבסטע נידערטרעכטיגע לשונות וואס זיי ניצן כסדר.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2009 20:45 |
|
| |
יונעלע דו ביסט מעכטיג מיט דיינע צונעמן
פארקויף דיין מלחמה טאקטיק פאר די ישראלים יעצט וועסטו מאכן אסאך געלט
מאך א פאר קנאקעדיגע צונעמן אויף די חאמאס
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2009 22:07 |
|
| |
אפשרדאך, ביסט א קליין קינד, אדער וואס?
פאריגע וואך האט דער בלאט אריינגעלייגט א נייעס אז עס גייט פארקומען א טיי אוונט ערגעץ וואו, די וואך האט עס דער איד נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט...
קום מיר נישט מיט קיין מעשיות אז דער וואס האט געמאכט די טיי אוונט האט עס אריינגעשיקט צו ביידע צייטונגען. עס מאכט ניטאמאל קיין סענץ. נאר וואזשע דען? דער איד האט עס נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט פונעם בלאט, וויבאלד ס'איז געווען מוראדיג גוט אראפגעלייגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2009 22:27 |
|
| |
| האקאבו כתב: |  | |
אפשרדאך,ביסט א קליין קינד, אדער וואס?
|
|
האקאבו, ביסט פון זינען אראפ?
אפשר דאך, האט זייער גוט געפרעגט, מיר איז עס אויך שווער געווען
און ארגינעלער האט זייער פיין גענפערט, ושלום על ישראל
ווי קימסטו דא אריין מיט דיין אטאקע?, טאר מען שוין נישט פרעגן אויפן בלאט אויך נישט?
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 04/01/2009 22:23:59
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2009 22:36 |
|
| |
שר קיצי
די האסט מסתמא אנגעפאנגען צו ליינען צייטונגען לעצטנס.
אבער אפשר דאך איז דאך נישט היינט געבוירן. ער קוקט אויס ווי א קליגער יונגערמאן. האב איך מיר געווינדערט אז ער האט יעצט אויסגעפינען אז ספעשל אינטרעסטס, ארגאניזעשנס, קאמפעניס אא"וו שיקן אריין פאר אלע צייטונגען די זעלבע זאכן און צאלן געלט אז מען זאל אריינלייגן זייערע ארטיקלען.
נישט נאר אין אידיש איז אזוי נאר אויך אין ענגליש, די יתד, המודיע, זשאויש פרעס, אא"וו לייגן אסאך מאל אריין די זעלבע מודעות און נייעסן, וואס ווערט אריינגעשיקט צו זיי דורך אדווערטייזערס.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2009 22:47 |
|
| |
אין "דער איד" ווי זיי ברענגן אראפ די קאפי פון ,דער בלאט" זעט מען נישט אז עס איז א באצאלטער עד, וואס איינער האט אריינגעשיקט, עס זעט גאר אויס{ און דער קאפי אינעם איד } ווי עס איז ש. מרגלוית ארטיקעל
קיינעם דארף נישט בייפאלן אז דער איד האט דא געמאכט א פרעכען שקר, און ארפ גענימען די באקס ארום די ארטיקעל, אז מען זאל נישט זען אז עס איז נאר א גאסט ארטיקעל,
און לכאורה האט אפשר_דאך, נישט געזען די ארטיקעל א וואך בעפאר אינעם בלאט, איך האב עס אויך נישט געזען, ווייל רוב מענטשן ליינען נישט די סארט ארטיקלען, מען מישט גלייך די פעטש ווייטער
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2009 23:38 |
|
| |
ווי השר מקוצי ווייזט אן, איז נישט פאראן קיין שום אנדייטער אין דער בלאט אז דאס איז אן אנאנס, באצאלט צי נישט.
איך בין גענויגט אנצונעמען אז די ערציילונג פון ארגינעלער איז ריכטיג, ווייל דאס מאכט די מערסטע סענס. ס'איז פארט אן ערנסטער דורכפאל פארן בלאט אז זיי האבן נישט איבערגעקוקט זייער קאנקורענץ פון א וואך בעפאר צו זען דעם זעלבן ארטיקל שווארץ אויף ווייס, בפרט ווען זיי האבן עס באקומען פון א דרויסנדיגן קוואל.
אויב האבן זיי עס יא געזען, און פארט אריינגעלייגט אן באצייכענען אז ס'קומט פון סיי וועמען, איז עס פיל מער ווי א דורכפאל. ס'איז נישט בלויז גניבת דעת, ס'איז אן ערנסטע פעלשונג אינעם צוטרוי וואס דער ליינער האט אין דעם צייטונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2009 00:08 |
|
| |
אפשר_דאך
נעבעך נעבעך, דורכפאל, פעלשונג, צוטרוי, אזאנע לשונות..?
ביטער ווי א זית...
איצט זעהט מען אז משה גארביטש איז גרעכט געווען מיטן מעכטיגען איסור נורא ואיום קעגן דעם טמא'נעם טריפה'נעם פוי פעך "דער בלאט".
עס הייסט איצט אז די עף בי איי, סי איי עי, די מוסד, קעי דזעי בי, צוזאמען מיט די מומביי אויספאשערס, פירן איצט א דורך א גרינטליכע שווערע אויספארשונג ווי אזוי די שרעקליכע גניבה איז א דורך געפירט געווארן, איבער 300 העכסטע געלערנטע שפינאזש אגענטען פון די גאנצע וועלט באנאזאם, זענען שוין ספעציעל געשטעלט געוארן אויף די אויספארשונג...
פרזידענט עלעקט באראק אבאמא וועט ערווארטעט מארגן אום 12 אזייגער צו האלטן א פרעסע קאנפרנעץ דערוועגן פון זיין היים אין אלינאי...
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2009 00:25 |
|
| |
אנטשולדיגט, איך האב נישט געמיינט פוגע צו זיין אין קיינעמ'ס כבוד. אויב דו האסט א בעסערן ענטפער ווי דאס ביטע לאז מיר וויסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2009 02:16 |
|
| |
ארגינעלער זייער שוואך גענטפערט.
א) אויב האט עס נטרונא אריינגעשיקט פארוואס האט דער בלאט געטוישט סיי דעם גרויסן העדליין און סיי די קעפלך פון יעדן שטיקל?
ב) אויב מנשה פילעף/ב. טויב איז א גנב פאר לייגען זיין נאמען אויף דעם ארטיקל וואס איז זעליג ליכטמאן פון דער בלאט פארן לייגען זיין נאמען?
דער בלאט איז געווען באוויסט פאר געלע זשארנאליזם, יעצט זענען זיי פּלעגערערס (גנבים) אויך.
|
|
|
|
|