בית פורומים כל העולם כולו

דער נייער (איבערגעבויטער) זאל אולם עקשטיין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/1/2009 18:39 לינק ישיר 

וואלןס"ח האט שוין א אגענדע קעגן ר' דוד עקשטיין זינט ער האט געפענט זיין ניק דא אויף הייד פארק. און דאס איז טאקע זיין ניק "וואלןס"ח" עס איז געגרינדעט געווארן בעת די וואלן קעגן ר' דוד אין קרית יואל.

יעצט צום פונקט.

לויט ווי איך האב געליינט אין "דער בלאט" די מודעות, תקנות און פרייזן איז דער זאל א אויסערגעווענליכער שטארקער דורברוך אין די חתונה תקנות און אינערהאלב חתונה הוצאות.

זיסקייט איז אפשר אין א פונקט גערעכט אז מענטשן האבן געמיינט אז מ'גייט דא אהערשטעלן א פראכט פון א זאל און די עקספעטעישענס זענען געווען העכער וואס מ'זעהט יעצט. אבער פארט קען מען עס נישט אזוי גלייכגילטיג אוועקמאכן. אדרבא, מ'ברויך די זאכן מחזק זיין.

יעצט ווילסטו וויסן וואס עס האט געקאסט.

מ'האט צוגעבויט א גאנצער פליישיגער קאך.
א גרויסער פאר-צימער.
בית כיסא'ס.
קאוט רום.
נייער אריינגאנג פאר ביהמ"ד בית מרדכי. (וואס האט ביז היינט געניצט טרעפ דורך די זאל)

מ'האט געמאכט מאולדינג'ס ארום די פענסטער, סקיי-לייט'ס און סתם אינמיטן די וואנט.
מ'האט געלייגט טשיינדעלעיר'ס. טאקע נישט די טייערסטע, אבער עס מאכט גאר אסאך אויס קעגן די ביז הייטיגע פינקע פלארעסענט.
מ'האט געמאכט פרישע ספאט-לייט'ס.
א נייער דאך (דראפ סילינג)
א נייע פלאהר. (טיילס)

עס קומט א ריזיגער יישר כח פאר ר' דוד פארן זיך לאזן קאסטן פאר א זאך וואס אזויפיל אידן וועלן אי"ה הנאה האבן.

ר' דוד, כה לחי!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2009 18:41 לינק ישיר 

ביסט גערעכט אז די לאבי איז הערליך און פענסי, און ווי שוין דערמאנט האט די קויט רום הערליכע סערעמיק טיילס, אבער האט איר שוין געזען א זאל וואס די קויט רום האט א שענערע פלאר ווי די זאל אליין




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2009 18:46 לינק ישיר 

וואלן לויט ווי איך זעה איז דיין עיקר פראבלעם מיט די פלאר ביי די מענער. ס'איז דא א פלאן עס איבערצומאכען. טאקע נישט אויף פארקעי נאר אזוי ווי ביי די פרויען וואס איז אויך זייער שיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2009 18:47 לינק ישיר 

וואלן, בקיצור, דיין אגענדע איז ווי פאלגענד.

ר' דוד עקשטיין האט געקענט ווערן אנגעריפן ווערן א פיינער מענטש דורכן מנדב זיין דעם זאל, אבער וויבאלד ער האט עס טאקע הערליך איבערגעבויט אבער פארפעלט צו לייגן פארקעי פלאהר'ס איז ער ווייטער א שלעכטער מענטש און סתם א אום-פארגינער.

מסכים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2009 19:32 לינק ישיר 

וואלען קימט אוס אזוי ר דוד נעמט זיין אייגען געלט א האלב מיליאן דאלער אז אונז זאל מער קענען חתונה מאכען פאר 9 טויזענט דאלער ביידע צדדים אדער ווער עס האלט איין אלע חתונה תקנות פאר 6 טויזענט ביידע צדדים אין די האסט א פראבלעם מיט פארקעי די ווילסט טאקע אלעס אומזינסט?????????????? 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2009 19:52 לינק ישיר 

באקומען פון איינעם אין אישי

קלארע פאקטן:

די גאנצע ארבעט וואס מ'האט שוין אריינגעלייגט און וואס מ'גייט נאך אריינלייגן קומט שוין אן צו 750.000$

 

און די זאכן וואס מ'האט שוין געמאכט איז ווי פאלגענד:

א נייע ענטרענס פאר די פרויען –לאבי-הענגינג-ביהכ"ס- א הערליכע יחוד שטיבל אונטן אין בעיסמענט (ס'איז נאכנישט פארטיג) און הערליכע מאלדינג'ס און נייע טירן און אלעס הערליך געפעינט און פארמאכט די פלאהר אין מענער זאל (דארט ווי מ'פלעגט אראפגיין צו ביהמ"ד) און געלייגט טשילאר'ס

 

און די זאכן וואס מ' גייט נאך מאכן:

 איז נייע ביהכ"ס פאר די מענער און א נייע גרויסע קאך (וואס דאס גייט מען מאכן אין די אודרעכגאנג פון ווי מ'פלעגט אריינגיין אין בית מרדכי ביז היינט) און א נייע פלאהר אין מענער זאל אזיווי ביי די פרויען און אויך איבערמאכן די שווארצע אייזענעס פון די דראפסילינג אויף גאלד

 

און לדעתי ווער ס'איז נישט צופרידן מיט דעם דער וועט זיך ממילא נישט צושטעלן אפי' מ'וועט אים געבן פארקעי אויך





תוקן על ידי גאסט ב- 06/01/2009 19:48:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2009 20:22 לינק ישיר 

וואלן, ברענג עס גוט ארויס.

ער האט אריינגעלייגט א מיליאן צו א האלב מיליאן צו וויפיל סאיז אין דעם זאל, הערליכע טשענדליעיערס, סערעמיק טיילס, א נייע קאך, וכו', נאר די פופציג טויזענט דאלער פאר די פלאר האט מען בשום אופן נישט געקענט פועלן ביי אים?

וואסערע אינטערעסע אין די וועלט האט ער געהאט נישט איבערצומאכן די פלארס?

בלינדער שוטה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2009 20:48 לינק ישיר 

איך ווייס באמת נישט וואסד איר ווילט.

אין וויזניץ מאנסי אין און סקווער איז דא פשוטע זאלן לכאורה חדרי אוכל פון קינדער אין יעדער איז צופרידען, איך גלייב נישט דער עולם האט היינט א דימענט פאר פענסי.

אין קריתיואל איז אנדערש? דער זאל זעט אויס צו זיין הערליך, איך גלייב נישט אז עס איז דא איינער ואוס דאס איז נישט גענוג גוט פאר אים.

די שאלה איז נאר צו עס וועט באמת זיין אזוי ביליג ווי ויזניץ אין סקווער.

אגב איך הער אז שלמה איגל פון בעלז בויט אויך א נייע זאל לויט די תקנות, לאמיר האפען אז ער וועט זיין באמת אזוי ביליג ווי וויזניץ אין סקווער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2009 20:56 לינק ישיר 

 

שפיטצער06

איך בין מודה צו דיר הונדערט פראצענט אז דאס איז א געוואלדיגע דורכברוך פאר די תקנות, און אלמלא לא באתי נאר וועגן די מוזיק אויף MP3 איז אויך איבער גענוג.

יעצט וואס דו שרייבסט "מען האט" צוגעבויט א גאנצע פליישיגע קאך, איך האב פאר דיר נייעס מען האט נאכנישט צוגעבויט, און די גאנצע נייע קאך איז נאך אונטער א פראגע צייכן, און אויב ביז ר"ח סיון וועט זיין א קאך ביסטו גערעכט, אבער דערווייל....

און די זעלבע זאך איז מיט די דראפ סילינג, ס'איז אויסדרוקליך נישט ניי, ס'איז נאר איבערגעוואשן, וועסט גוט קוקן וועסטו זען אין געוויסע פלעצער אז ס'איז צובויגן, און דאנט געט מי ראנג, ס'איז אויסדריקליך נישט וויכטיג עס איבערצוומאכן נישט ביי די מענער און נישט ביי די פרויען, לייג עס נאר נישט אריין ביי די הוצאות.

 

קי קהל שרייבט:

וואלן לויט ווי איך זעה איז דיין עיקר פראבלעם מיט די פלאר ביי די מענער. ס'איז דא א פלאן עס איבערצומאכען. טאקע נישט אויף פארקעי נאר אזוי ווי ביי די פרויען וואס איז אויך זייער שיין

 

נו, אם כדבריך וועט טאקע זיין פיל בעסער, טאקע נישט אזוי גוט ווי פארקעי, אבער אז איינער וועט זאגן אז ס'איז א שלימות'דיג ארבעט וועט ער נישט מגזם זיין, אבער צו דעם די זעלבע זאך, לאמיר גיין קוקן ר"ח סיון, דערווייל איז עס נישטא, און די עסקנים וואס איך האב גערעדט זאגן אז ס'איז נישט אין פלאן.

 

 

טאטלע שרייבט:

וואלען קימט אוס אזוי ר דוד נעמט זיין אייגען געלט א האלב מיליאן דאלער אז אונז זאל מער קענען חתונה מאכען פאר 9 טויזענט דאלער ביידע צדדים אדער ווער עס האלט איין אלע חתונה תקנות פאר 6 טויזענט ביידע צדדים אין די האסט א פראבלעם מיט פארקעי די ווילסט טאקע אלעס אומזינסט?????????????? 

אנטשולדיגט, ווען ר' דוד איז דער ערשטער מיטן געניאלן פלאן ביסטו גערעכט, אבער אויב זענען שוין געווען דא עטליכע אידן וואס האבן אין די לעצטע יארן דאס געוואלט טון, און ער האט דאס נישט צוגעלאזט, און יעצט זאגט ער איך גיי מאכן א דזשאב, מאך א גאנצע דזשאב, און אויב קענסטו נישט, אדער וילסטו נישט, ס'איז דא ב"ה אסאך אידן אין קרית יואל מיט (אפשר נישט אזויפיל געלט ווי אים אבער) ברייטערע הערצער ווי אים.

 

ביז אהער פרעגט

וואסערע אינטערעסע אין די וועלט האט ער געהאט נישט איבערצומאכן די פלארס?

ער וויל נישט קלאפן בית רחל פאראדייס אין קרן ויואל משה (וואס איז געבויט פון אויסגעהארוועטע צדקה געלד און מען רייסט די הויזן דארט).

און דאס איז די סיבה פארוואס ער האט ביז היינט נישט געלאזט עס איבערבויען

היינט האט ער נישט קיין ברירה ווייל די ווינט בלאזט פאר עפארדעבל

 

 

יעצט צום שלוס, מען קען זיך דא טענה'נען א גאנצן טאג און נישט פערטיג ווערן, איך גלייב שווער אז פון די אלע וואס האבן מיר דא געענטפערט געפינט זיך איינער וואס וואוינט אין קרית יואל און ער איז שוין געווען ביי די זאל און ער איז נישט פון די מענטשן וואס האבן אינטערעסע פאר דוד עקשטיין'ס מאכט און שיינעם נאמען.

עכ"פ יעדער זעט אז דא זענען דא מענטשן וואס זאגן  דאס גייט מען נאך פאררעכטן און דאס גייט מען נאך פאררעכטן, קען זיין, איך האב נישט מער וואס צו ענטפערן ביז ר"ח סיון, וואס דעמאלטס וועלן מיר זען ביז דאס שלימות האט דערגרייכט.

 

ונזכה ונחי'




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2009 21:00 לינק ישיר 


זאג נאר משנת חסידים, וויפיל קאסט א נאכט אין ווישניץ אדער סקוורא?

ווייל דא גייט קאסט $6000 א נאכט אריינגערכענט מוזיק, בדחן, בלומען, אין בילדער. אין איר באקומט 125 קאפעלס אין אויב ווילט איר ווייניגער קפאלעס איז 35 דאללער ווייניגער פאר יעדע קאפל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2009 21:07 לינק ישיר 


וואלען איך ווייס נישט (לייען, ווייס יא) הרה"ח ר' דוד עקשטיין האט געטון זייער א גוטע זאך, איך פארשטיי בכלל נישט וואס דער פראבלעם איז מיט די פלאר, אין מנוחה ושמחה אין שמח תשמח, אין ווישניץ מאנסי, אין סקוורא, איז דא די זעלבע טיילס אין אידן מאכן דארט שמחות על צד היותר טוב.

די עיקר איז אז מען קען חתונה מאכן פאר א שפאט ביליגע פרייז $6000




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2009 21:16 לינק ישיר 

יודעלע

איך מיין אז אנגעהובין ביי 4000$

ווייל דארט איז נישט דא קיין מינימום פון 125 קאפלס חוץ פון דעם וואס די סארווירער זענען היימישע אינגעלייט.

אבער 6000$ איז אויך זייער א יושרדיגע פרייז. וואס יעדער מחותן קען זיך ערלויבן ואשרי להם.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2009 21:28 לינק ישיר 


משנת, עס איז נישט קיין מינימום 125 קאפעלס, נאר 125 קאפעלס באקומט איר פאר די פרייז אויב וויל מען ווייניגער בקומט איר צריק $35 פאר יעדע קאפעל ווייניגער.

אין ווישניץ אין סקוורא איז נישט אריין גערעכענט די בדחן, מוזיק, אין בילדער.

דאס קומט אויס $3000 פאר א צד.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/1/2009 02:36 לינק ישיר 

ווען די רבי זאל זיין געזונט איז נעכטן געווען ביים קביעת מזוזה האט ער געבעטן אז מען זאל אויך איבער מאכן די פלאהר בא די מענער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/1/2009 02:56 לינק ישיר 

וואלן איך האלט די דארפסט פארן אויף סעמערינג זיך אביסל אויס ריען

די זאל קאסט 6000 דאלער הכל בכל מכל.

אין די רעדסט פין א פלאר..... 

שעם דיך. 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דער נייער (איבערגעבויטער) זאל אולם עקשטיין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.