|
|
| נשלח ב-7/1/2009 03:38 |
|
| |
| וואלןסח כתב: |  | | יעצט צום שלוס, מען קען זיך דא טענה'נען א גאנצן טאג און נישט פערטיג ווערן, איך גלייב שווער אז פון די אלע וואס האבן מיר דא געענטפערט געפינט זיך איינער וואס וואוינט אין קרית יואל און ער איז שוין געווען ביי די זאל און ער איז נישט פון די מענטשן וואס האבן אינטערעסע פאר דוד עקשטיין'ס מאכט און שיינעם נאמען.
|
|
מיינסט צו זאגען אז דא איז קיינער נישטא (חוץ די) וואס האסט ר' דוד'ן,
און האסט נאך צוגעלייגט נאך אפאר תנאים אז ער וואוינט אין ק"י, און אויך איז ער שוין געווען אין זאל.
גראדע בין איך שוין געווען אין זאל, איך וואוין אין ק"י, און איך בין נישט פון ר' דוד'ס פריינד.
אבער דא (כ'האב עס שוין גראדע באמערקט אויף דיר עטליכע מאל ווען עס קומט צו א אישו וואס האט צו טון מיט דוד'ן) קען מען זעהן אויף דיר די "שנאה מקלקלת השורה"
אז די האסט פיינט ר' דוד עקשטיין מוזטו נישט זוכען זיך אפצורעדן אויף יעדע זאך וואס ער טוט....
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2009 04:43 |
|
| |
נאך מיין לעצטע תגובה איז צוגעקומען נאך תגובות, איך זע אבער נישט מער צו ענטפערן ווי דאס וואס איך האב שוין געשריבן, איך וויל נאר רעדן פונעם עיקר וואס דוכט זיך אז ס'ווערט נישט דערמאנט אין דעם אשכול
אי"ה צום ווידערזען - אין דעם אשכול - אויף ר"ח סיון
רבינו שליט"א האט באלד א שעה נעכטן זייער שיין ארומגעשמועסט וועגן די וויכטיקייט פון די חתונה תקנות, ס'איז כדאי עס אויסצוהערן, לכאורה קען מען עס הערן אויף קול סאטמאר
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2009 18:10 |
|
| |
קי קהל:
וואלןסח האט פיינט יעדן איינעם, ווי כ'האב שוין ארויסגעברענגט אין אן אנדערע תגובה.
ביי אים איז פונקט אזא שמחה ווען דוד עקשטיין כאפט א פראסק ווי ווען מאיר הירש כאפט א פראסק. אין אנדערע ווערטער, ער האט נישט קיין שום צד חוץ די צד פון מחלוקת, שנאת חנם און זיך פרייען מיט יענעמ'ס מפלה. ווען אימער ער קען בארעדן איינעם וועט ער עס טאן, אהרונים צי זאלונים.
וואלןסח איז א סעלף העיטינג דזשו, ער שטיצט נאר די קהלה פירער, דארט וואו זיי זייגן די בלוט פון אנדערע מענטשן, ווי מען קען אלעמאל זען פון זיינע תגובות, ווען ער שרייבט "כאטש איך בין קעגן דוד עקשטיין שטיץ איך אים מיט..." וכו'.
אז ס'איז א גוטע זאך וואו אידן ווערן געהאלפן וועט ער זיין דערקעגן, אז ס'איז א שלעכטע זאך וואו עמיצער ווערט גע'רודפ'ט וועט ער עס שטיצן.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2009 19:22 |
|
| |
וואלען איך וויס נישט פין ווי די נעמסט אז עס זענען געווען אסאך אידען וואס האבען געוואלט איבער בויען בית מרדכי איך וויס פין איין איד וואס האט עס געוואלט בויען דודס ברידער מענדל אין געשטערט האט מאיר הירש ווייל פאראדייס באלאנגט פאר די מוסדוס נישט דוד עקשטיין
אפשר ביסטו מסביר וואס פאר א אינטערעס דוד האט צישטערען א ביליגע זאל קהל מאכט אפשר געלט אויף דעם
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2009 19:33 |
|
| |
זיסקייט, אדרבה, אויב איז וואלן א מענטש וואס טראצדעם וואס ער האלט נישט פון ר' דוד, און ער געט אים גערעכט אויב ער טוט גוט, מיינט דאס אז ער איז נישט סתם בלינד. און בכלל, די האסט - במחילת כבודך - געשריבן זייער א נישט שיינע תגובה.
וואלן, האסט א גוטע טענה, אבער קענסט נישט צוליב דעם פלאר אוועקמאכן דעם גאנצן זאל.
אפאר חדשים צוריק האב איך פונקט געהערט ווי די עסקנים רעדן איבער דעם פלאר, האט מען גערעדט דארט אז ר' דוד וויל נישט מאכן פארקעי פאר צוויי טעמים. 1. אז פארקעי קאסט טייערער צו מענטעינען, און כדי צו האלטן דעם פרייז נידריג דארף דאס אויפהאלטן דעם זאל אויך זיין ביליג. 2. אנדערש ווי די וויליאמסבורגער זאלן, ווערט די זאל נישט ליידיג איבערן זימער אז מען זאל עס געהעריג קענען סקרעיפן.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2009 20:08 |
|
| |
זיסקייט, זייט נישט אזוי בייז, אז מען איז בייז איז מען נישט זיס, בארואיגט אייך.
איך ווייסט נישט ווי דו וואוינסט, אבער לאמיר דיר געבן א שטיקל הסבר, און אויב בין איך ראנג פאררעכט מיר, אבער רואיג.
מאיר הירש און דוד עקשטיין האבן שונאים
סיבות איז דא עטליכע
בראש וראשון, יעדער וואס שטייט בראש פון א זאך און טוט פאר אנדערע האט שונאים, דאז איז פשוט פשט
נאכדעם איז דא מענטשן וואס קענען בטבע נישט פארגינען מענטשן וואס האבן געלד און קוקן אויף די גאנצע וועלט פון אויבן אראפ, צו ווייל ער האט אויך געוואלט האבן געלט, צו בטבע דערליידט ער נישט בעלי גאה.
די דריטע קאטגאריע מענטשן זענען וואס פילן זיך באעולה'ט און זיי האלטן אז דער מענטש טוט נישט זיין דזשאב ריכטיג, צו נישט באמונה, צו מיט אייגענע אינטערעסן, וכדומה (וואס איך גיי נישט באצייכענען אויף קיין איינע פון די צוויי, ווער ס'וואוינט אין קרית יואל קען עס אליין באשליסן ווי אזוי ער וויל עס אנרופן)
די פערטע סארט מענטשן זענען מענטשן וואס האבן פריוואטע סכסוכים, צו זיי זענען געפאלן א קרבן צו די געזעץ געבער, אזוי ווי דער יונגערמאן וואס שעלט דעם פאליס וואס געט אים א טיקעט פארן ספידן.
יעצט לענ"ד (אויב בין איך ראנג פאררעכט מיר) צווישן 60 און אכציג פראצענט תושבי ק"י וואס באלאנגען צו אנ"ש תלמידי וחסידי רבינו שליט"א, זענען אין די דריטע קאטאגאריע, וגם אני הקטן בתוכם חלילה איך האב קיין אינע פון זיי נישט פערזענליך פיינט, און איך גריס זיי ביידע ווען איך טרעף זיי, אבער ס'איז נאך אלץ דא טענות, און דאס מיינט צוזאגן, אז בכלליות איז למשל ר' מאיר הירש פירט גוט די מוסדות, א גוטער מנהל (פאר גשמיות...) וכדומה, אין די זעלבע זאך ווי ער פירט די וועד הקרי', ס'איז נאר דא לעכער וואס מענטשן האבן טענות, און גערעכטע טענות (אזוי האלט איך עכ"פ, מען מעג מחולק זיין), יש אומרים אז מען צופרידנשטעלן דעם ציבור ואס האט טענות, ויש אומרים אז מען קען נישט. עכ"פ די וואס האבן טענות און זענען ברוגז האלטן אז מען קען יא צופרידנשטעלן.
און די זעלבע איז מיט ר' דוד, ער האט אסאך זאכן וואס ער טוט זייער גוט ובכללם וועד הצניעות לכאורה אויך, אבער ס'איז דא מער ווי אביסל זאכן וואס ער טוט זייער ראנג, (וואס איך גיי נישט דאס אויסרעכענען ווייל ס'איז אכ"מ), און אז ער באקרוינט זיך נאך אלס ראה"ק אויך ווען רוב בני הקהלה האלטן אנטשולדיגט, לאז איינעם האבן א ווארט אויף דיר, איז דא מענטשן וואס האלטן מיט זאכן פון דער נאנט און האבן נאכדעם טענות, און ס'איזווי געזאגט פריער י"א וי"א.
יעצט בנוגע דעם זאל האב איך שוין אויבן געשריבן, איך האלט ער האט געטון א מורא'דיגע זאך, אבער נישט קיין שלימות, ואכ"מ כמו שהארכתי לעיל.
יעצט לאמיר רעדן צום טאטלע
חוץ ר' מענדל עקשטיין ווייס איך פון אמווייניגסטן נאך פיר נעמען, און נישט אלע פון די באלאנגן אפילו היינט צוטאג צו אונזער לאגער, ממילא ווייס איך נישט אויב ס'איז וויכטיג אויסצורעכענען, און איך גלייב אז ס'איז דא נאך וואס איך ווייס נישט.
רעכטער טענה'ט: אבער קענסט נישט צוליב דעם פלאר אוועקמאכן דעם גאנצן זאל.
גערעכט, און איך האב עטליכע מאל מיין איך געשריבן אז ס'איז קלאר ער טוט א געוואלדיגע זאך, אבער ס'איז נישט קיין שלימות
און די תירוץ אויף פארקעי וועגן ס'איז נישט ליידיג זומער, דוכט זיך אז די זאלן זענען ליידיג גאנץ חודש ניסן און גאנץ חודש תשרי, און צווייטנס איך ווייס נישט אויב מען סקרעיבט בית רחל פאראדייס יעדעס יאר
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2009 08:18 |
|
| |
וואלן היקר,
כזעה אז דיר שטערט בעיקר נאר די פאדלאגע, האט דיר שוין משנת חסידים גענטפערט פון די אנדערע זאלן, והיה שלום.
משנת חסידים,
אזוי ווי איך זעה פרעגט מען ביי דיר די פרייזן פון דעם וויזשניצער זאל,
און פאר עפעס א סיבה ענטפערסטו פארעווע, מען קען אנרופן פרעגען וועט מען
הערן, איך וועל בלויז מודיע זיין פאר יודלע און פארוועמען עס אינטערסירט
אביסל היסטאריע,
ווען די וויזשניצער זאל האט זיך געגרינדעט איז נישט געווען קיין מינימום
קאפל צו באשטעלן, די פרייז איז געווען ווי פאלגענד 15 דאללאר א קאפל און
צוויי טויזענט דאללאר פאר די זאל, מיט די צייט האט די הנהלת המוסדות
געהויבן די פרייז צו צוויי און א האלב טויזענט דערנאך צו דריי טויזענעט,
מיט די טענה אז די מצב המוסדות איז שווער און זיי זענען גע'ענגט אין געלט,
און וואס מיינט איר האבן די מוסדות צוגעשטעלט פאר די זאל שטוינט און הערט
געז, לעקטער און וואסער.
אפילו ארויס פירן די טישן פון עסזאל וואשן די פלארס און צוריק שטעלן די
טישן פאר דעם קומענדיגן טאג פאר די מיידל שול, אלעס האט די זאל געדארפט צו
שטעלן דורך זייערע אונטער געצאלטע וועיטערס, און ח"ו זיי האבן נישט געטארט
הייבן די פרייז כי הוא זה בפקודת הקודש, זאל זיך אברהם יהודה ניימאן פון
קרן נישואין ברעכן קאפ און צאלן מינימום וועידזש פאר דעם קעכער און
מענעדזשער און די איבריגע שנארן, היינט איז שוין דא היימישע וועיטערס
וויפיל מען צאלט זיי ווייס איך נישט אצינד.
דערקעגן אין ברכה סימא [טאקע נאר פאר חברי הקהילה], איז געווען די פרייז
20 דאללאר א קאפל און טויזענט דאללאר פארן זאל, פיקס פארטיג לא פחות ולא
יותר.
דאכט זיך אז אין בית מרדכי [נאר פאר די איינגעשטעלטע] איז אויך געווען די פרייז.
נאך נישט פערטיג, איינע פון די תקנות פון דעם וויזשניצער זאל אין מאנסי
איז געווען פון אנהויב אן אז מען טאר נישט בשום פנים ואופן צו שטעלען א
סוויט טעיבעל, משום הרחק מן המותרות, איז הערט א מעשה א וויזשניצער חסיד
מיט די משפחה נאמען ג. פלעגט חתונה מאכן אין די עטריום, ווי ער קען האבן
אלעס אויף א גבירישן פארנעם, פרעגט ער אים אמאל פאר איינע פון די חתונות
זיינע דער סמכות העליונה פאר וואס ער מאכט נישט חתונה ביי אונז אין זאל,
ענטפערט דער ג. אז זיין ווייב דארף א סוויט טעיבעל וכדומה און אין אור
החיים לאזט מען עס נישט צו, זאגט אים דער סמכות העליונה עס איז נישט קיין
פראבלעם, כוועל דיר עס ערלעדיגן דארפסט נאר צוצאלן א געוויסן סכום פאר די
מוסדות, עודך דער זאל פארדינט נישט קיין רויטן גראצער אויף דעם עסק, ווייל
פאר די פארטי פלענער באצאלט מען באזונדער.
מען האט עס דאן פרובירט צו פארענטפערען אז ביי די תקנות פון דעם נודע
ביהודה שטייט אויך אויסגערעכנט אז די גבירים וואס צאלן די העכסטע שטייער
פאר די קהלה מעגן וואס אנדערע טארן נישט, אבער ווי וואס ווען אז דער זאל
האבן עפעס פרינציפן פאר אידישקייט, די טייל פון די תגובה קומט אפשר אין
דעם אשכול פון צו ר' ---- איז א הי----יט.
כוועל שוין נישט רעדן וועגען דאס געלט וואס די לעידיס אקזולערי האט צוזאם
געשנארט פאר די זאל, און בפקודת הקודש האט מען עס פון זיי צוגענומען פאר
די קאסע פון די מוסדות.
 |
|
|
|
|
|