| נשלח ב-8/1/2009 18:24 |
|
| |
בין איך גערעכט מיט מיין שטעלונג איבער די מדינה?
היינט צופרי אין בית המדרש האב איך פארציילט פאר איינעם אז עס זענען פאראן גאר א קליינע צאל אומגעקומענע אויף די איזראעלי זייט אין די מלחמה קעגן עזה.
דער יונגערמאן רופט זיך אן, "סייעתא דשמיא".
זאג איך אים, "יונגערמאן, ביסט א סאטמארער חסיד. מען טאר נישט אזוי רעדן."
דער יונגערמאן האט אבער צוריקגעשריגן אז אוודאי מעג מען אזוי רעדן ווען עס רעדט זיך פון אידישע קינדער וואס ווערן געשיקט אויפ'ן שלאכטפעלד און זייערע לעבנס זענען אין א סכנה.
איך האב גע'טענה'ט אז ער קען נישט דעם רבי'נס שיטה. דער רבי האט געזאגט אז אין א שעת מלחמה דארף מען מתפלל זיין אז קיין איין איד זאל חלילה נישט געשעדיגט ווערן. אבער ח"ו צו זאגן אזעלכע ווערטער ווי סייעתא דשמיא אויף א מלחמה וואס ווערט דורכגעפירט דורך א מיליטער וואס איז קעגן דעם רצון ה'.
בקיצור, מען האט זיך גע'טענה'ט און גע'טענה'ט און ס'איז נישט געקומען צו קיין ענד.
אלזא ברידער. וואס האלט איר? ווער איז גערעכט, איך אדער דער יונגערמאן?
נ.ב. פארשטייט זיך אז נאר אידן וואס האלטן זיך צו די שיטה זאלן ענטפערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2009 18:46 |
|
| |
איך האלט אז די ביסט נישט גערעכט.....
נישט ווייל איך קען די שיטה זאג איך אזוי, נאר ווייל מיך האט מען אויסגעלערנט איין זאך "אז די ווייסט נישט, טענה נישט!"
די טענהסט דיך אין ביהמ"ד....
האסט מסתם דארט אנגעפירט א קופקע.....
און יעדער הערט דיך אויס..... און רוב מענטשען וואס קענען נישט די שיטה שלינגען מיט דורשט דיינע ווערטער כאילו ס'איז תורת אמת (ביסט דאךמסתם א געלערענטער מענטש) און נאכדעם קומסטו פרעגן דא פון די שפילי הדור הייד פארק שרייבערס צו די ביסט גערעכט?????........
אויב ווייסטו נישט צו די ביסט גערעכט דעמאלטס טענה נישט!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2009 19:12 |
|
| |
דברים כדרבונות אבער מיט'ן פול'ן אמת ווייל דאס תורה וללמוד אנו צריכים .
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2009 19:13 |
|
| |
וואס מיינען די ווערטער "שפילי הדור הייד פארק שרייבער"?
פארוואס פארשעמסטו מיר?
ווייל איך בין אויף היידפארק און דער פלויזשט ארום אין קאווע שטיבל און רעדט צאם כל דבר אסור איז ער עפעס בעסער?
ביי מיר איז דאס דער קאווע צימער.
האסט מיט דעם א פראבלעם?
איך האלט אז דיין פראבלעם איז מיט דיר אליינס. דו האלטסט אז יעדער וואס איז אויף היידפארק איז פון די נידריגע (טייטש: שפילי הדור) ווייל דאס איז דער בליק וואס דער שפיגל האט דיר געגעבן ווען דו האסט זיך דערין איינגעקוקט.
נעם אראפ דעם שווארצן בילד וואס האסט זיך אנגעטון און קוק אויף די וועלט מיט א אנדער ליכט און אסאך זאכן וועלן דיר בעסער ווערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2009 19:20 |
|
| |
מיין מיינונג איז, אז דו ביסט גערעכט אבער נישט אינגאנצן.
דאס הייסט, א ודאי מעג מען נישט זאגן, אז די מיליטער וואס איז געבויט אויף כפירה ומרידה, האט סייעתא דשמיא. לויט וואו די רבי זיע"א האט געזאגט, דאס נאר צו טראכטן איז כפירה בעיקר.
וואס יא? דאס אז א קליינע צאל זענען אומגעקומען, איז זיכער סייעתא דשמיא פון הימל, וואס דער אייבערשטער היט אויף זיינע קינדער, אפילו בשעת זענען אזוי ווייט פון איהם, און אפילו בשעת וואס זענען כופר בשמו יתברך רח"ל, היט אויף זיי דער אייבערשטער, אז זיי וועלן נישט געשעדיגט ווערן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2009 19:20 |
|
| |
| בערל550 כתב: |  | |
איך האלט אז די ביסט נישט גערעכט.....
נישט ווייל איך קען די שיטה זאג איך אזוי, נאר ווייל מיך האט מען אויסגעלערנט איין זאך "אז די ווייסט נישט, טענה נישט!" די טענהסט דיך אין ביהמ"ד....
) און נאכדעם קומסטו פרעגן דא פון די שפילי הדור הייד פארק שרייבערס צו די ביסט גערעכט?????........
אויב ווייסטו נישט צו די ביסט גערעכט דעמאלטס טענה נישט!!!!
|
|
בערל, , ביסט 100% גערעכט
האסטזייער גוט ארויגעברענגט די פוינט, און ביסט זייער גערעכט
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2009 19:34 |
|
| |
זיסקייט,
דער רבי האט גערעדט פון "נסים", ער האט געזאגט אז עס איז אוממעגליך אז עס זאל געשען נסים מצד הקדושה דורך רשעים, און אפילו עס קען געשען נסים דורך עבודה זרה און סטרא אחרא, אבער אז דאס זאל זיין א "נסים'דיגע ישועה פאר כלל ישראל" איז עס זיכער נישט. שוין אפגערעדט, האט דער רבי געשריגן, אז עס איז בכלל נישט געווען קיין נסים, נאר דרך הטבע.
"סייעתא דשמיא" איז אן אנדערע זאך. אויב דער רבי האט געזאגט מען זאל מתפלל זיין אז עס זאלן נישט זיין קיין אידישע קרבנות אדער געשעדיגטע, וויאזוי זאל דען זאל דאס געשען אויב נישט סייעתא דשמיא?
סייעתא דשמיא דארף א מענטש אויף יעדן טריט און שריט אין לעבן. אז נאר 6 סאלדאטן זענען אומגעקומען, דאס מיינט נישט אז "דאס מיליטער" האט סייעתא דשמיא. דאס מיינט אז עס איז געווען א סייעתא דשמיא פאר אידישע קינדער זיי זאלן נישט אומקומען ח"ו
און אויף אזא סייעתא דשמיא האפן מיר ווייטער
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2009 19:37 |
|
| |
בערל, א סאטמארער חסיד ווי דו זאל נישט וועלן קענען די שיטה דורך און דורך?
איך האב געזאגט מיין מיינונג ווייל כ'האב געהאלטן אז דאס איז די ריכטיגע מיינונג, נאכ'ן מאכן א שיעור מיט מיין חברותא אין על הגאולה ועל התמורה זייט די מלחמה האט זיך אנגעפאנגען. אבער יענעמ'ס עקשנות האט מיך געמאכט טראכטן אז אפשר בין איך נישט גערעכט.
ישר כח סים פאר'ן איגנארירן בערל'ס פטפוטי דברים און ענטפערן צו די זאך.
יעצט לאמיך הערן די מיינונג פון גאסט, און אנדערע סאטמארער אידן וואס קענען די שיטה. בין איך גערעכט אדער נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2009 19:45 |
|
| |
ישר כח רבי יונה, זייער גוט ארויסגעברענגט. איך האב נישט געמאכט קיין חילוק צווישן ניסים און סייעתא דשמיא. אבער קען טאקע זיין אז דו ביסט גערעכט אז מען מעג זאגן אז ס'איז סייעתא דשמיא אז נאר זעקס אידן זענען גע'הרג'עט געווארן.
אבער דאס איז קלאר אז מען טאר נישט זאגן סייעתא דשמיא אויף די גאנצע מלחמה אליין.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2009 20:10 |
|
| |
וואס הייסט די בני ישראל וואס ווערן געשעדיגט פון די ראקעטן איז נישט קיין אידיש בלוט? און אויב די אקציע איז צו פארמיידן אט די אטאקעס, דארף מען מתפלל זיין מיט א הייסע תפלה לאבינו שבשמים אז די ציונים זאלן מצליח זיין צו עוקר מן השורש זיין די אטאקעס און ברענגן מנוחה ושלום פאר יושבי ארצינו. ווען אמעריקע גייט און מלחמה אריין צו דיפענדן די אמעריקאנע תושבים בעת צרתם, זענען זיך די אמעריקאנער אידן פיין מחי' און זענען מתפלל להצלחתם, אז זיי זאלן גוט אויספראקן די שונאים, נו למה נגרע אנשי ארצינו? ווייל די ציונים זענען (לדאבונינו) די רעגירונג דארט, קומט זיך זיי נישט די זעלבע שמירה ווי אנשי חו"ל? יא פיין און וואויל אז ס'וואלט ווען העטעכפעטעך נישט געדארפט זיין א מדינה, מסכים, אבער כהיום הזה איז דער איינציגער הצלה ע"פ דרך הטבע אז די ציונים זאלן מצליח זיין מיט זייער מיסיע, דארף מען אויף דעם מתפלל זיין, יא ס'קען זיין ניסים אז די מדינה זאל בשלום בטל ווערן, אבער אין סומכין על הנס.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2009 20:25 |
|
| |
זיסקייט, איך מיין אז עטץ זענטס ביידע גערעכט ס'איז באמת סייעתא דשמיא,
אבער א סאטמארער אינגערמאן דארף אביסל אנדערש רעדן, א אינגערמאן וואס קען
די שיטה וואלט געזאגט (און געשפירט) בערך אזוי, "ב"ה אז די מלחמה האט נישט
געקאסט מער ווי 6 נפשות, אבער וויי געוואלד, 6 אידישע קינדער זענען נעבעך
געהארגעט געווארן דורך די ציונים וואס האבן זיי אריינגעפירט אין לייבן
גרוב, ליבי ליבי על חלליהם, מעי מעי על חלליהם"
ס'איז באקאנט דאס ווארט פונעם בעל דברי יואל רבינו שליט"א האט עס היבשע פאר מאל נאכגעזאגט, איך קאפי עס אריין פון די דרשה פון כ"א כסליו ס"ב http://www.mysatmar.com/docs/public/zos-htorah-lo-sehei-michlefes.pdf
איך האב אמאל געהערט פון טאטן זאל זיין געזונט, האט ער נאכגעזאגט פון פעטער זכרונו לברכה, אויף דעם ענין ס'איז נעבעך געווען הרוגים אידישע קינדער זענען גע'הרג'ט געווארן, האט ער נאכגעזאגט וואס מ'זאגט ביי די תפלת נחם,לבי לבי על חלליהם מעי מעי על חלליהם, כי אתה ה' באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה, וואס איז דער קשר מען באוויינט די חללי ישראל, לבי לבי מיין הארץ גייט אויס צוליב די וואס זענען אומגעקומען, מעי מעי על חלליהם נעבעך די הרוגים וואס זענען נעבעך גע'הרג'ט געווארן, וואס איז דער קשר, כי איז דאך א נתינת טעם. האט ער געזאגט אזוי. יעדע אומה ולשון אז זי וויל זיך באפרייען, זי איז משועבד אונטער א אנדער לאנד, און וויל עס מאכן א באפרייאונגס קריג ווי מ'רופט עס, מוז מען זיך גיין שלאגן, און אז מען מאכט א מלחמה ווייסט מען פון פריער אז דאס גייט קאסטן קרבנות, און מען זאגט ס'איז פארפאלן, א מלחמה קאסט נפשות, און אז מ'וויל עררייכן דעם ציל האט מען נישט קיין אנדערע ברירה נאר מען מוז מקריב זיין קרבנות, דאס איז גוט ביי יעדע אומה ולשון פון די ע' אומות, וואס שלאגט זיך איינער מיטן צווייטן און וויל אראפווארפן איין עול פונעם צווייטן, אבער אידישע קינדער ווייסן אנדערש, אונז גלייב מיר באמונה שלימה אין ביאת המשיח, אונז גלייב מיר באמונה שלימה אז מפני חטאינו גלינו מארצינו, אונז זעמיר געגאנגען אין גלות נישט ווייל מען האב מיר נישט געהאט קיין גוטע ארמיי, און נישט וועגן דעם ווייל מיר האבן נישט געהאט קיין גוטע גענערעלער, מ'האב מיר נישט געהאט קיין גוטע כלים מיט וואס צו שלאגן זיך, נאר וועגן איין טעם ומפני חטאינו גלינו מארצינו, ליידער מען האט נישט צוגעהערט צו דברי תוכחה פון די נביאים אין בית ראשון און פון די הייליגע תנאים בזמן בית שני, וועגן דעם איז געקומען דער חורבן, און די ישועה פון כלל ישראל וועט זיין אן אומנאטירליכע שלא כדרך הטבע, און עס פעלט זיך צו דעם נישט אויס קיין שום קרבן נישט, גארנישט. איז לבי לבי על חלליהם, דאס הארץ בלוטיגט מיר פאר יעדן אומגעקומענעם מעי מעי על חלליהם, ווייל כי את ה' באש הצתה, דו השי"ת האסט עס אונטערגעצינדן ווייל מיר זענען נישט ראוי געווען, ובאש אתה עתיד לבנותה, ווען עס וועט זיין דער רצון פון בורא כל עולמים וועט עס דער אייבערשטער אויפבויען מיט אן אש בנוי ומשוכלל, און עס פעלט זיך נישט אויס צולייגן צו דעם קיין פינגער נישט, נאר מען זאל מרבה זיין בתשובה בתפלה ובתחנונים פארן בורא כל עולמים, איז דאך יעדע קרבן איבריג.
_________________
ויואל משה - על הגאולה ועל התמורה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2009 20:29 |
|
| |
איך בין נישט קיין עקספערט אין די שיטה, אבער אז יעדער שרייבט אייגענע מיינוגען, וועל איך אויך שרייבען
א} דא איז זיכער אז מען דארף בעטן אז די מדינה זאל בטל ווערן דורך רחמים וחסדים, הרבה דרכים יש למקום
אין מען דארף נישט געבן קיין עצות, עס זאל בטל ווערן אזוי עס זאל ח"ו נישט שאטן פאר קיין שום איד
ב} עס איז זיכער אז אין אדם נוקב אצבעו למטה אלא אם מכריזין למעלה וכ'. א בשר ודם קען גארנישט טיען. אן דעם אז
עס זאל זיין באשערט, אבער דאך איז דאס איז נאך נישט טייטש אז ער האט "סייעתא דשמיא" בסך הכל גיט מען פין הימל פאר א מענטש די בחירה להטיב ולהרע ח"ו. און אסאך מאל זענענן דא די כוחות הטומא וואס ווערט באשאפן דורך די מענטש עבירות, אין זיי שטיפען רח"ל אז ער זאל גיין ווייטער אין תהום ח"ו, אין די כוחות העלפן אים אויסציפריען די נישט אויסגעהאלטענע זאכן, אבער עס איז נישט טייטש אז די עבירות וואס ער טוט ווערט געטיען מיט א סייעתה דשמיא,
למשל, אז עס וועט קימען א איד, און ער וועט בא'גנב'נן א צווייטען און ביזנעס, און עס וועט געלונגן, וועט קיינער נישט זאגן
אז ער האט געהאט "סייעתה דשמיא" אפילו אויב די גניבה איז געלונגען
ג} לויט וויאזוי איך פארשטיי וויפיל איך האב געהערט, דארף מען מתפלל זיין, אז די סכנה וואס הענגט איבער תושבי ארצינו
זאל בטל ווערן, אין זיי זאלן גראטעוועט ווערן אן קיין שום שאדן פאר קיין שום איד, ווי אזוי עס זאל געשען? דאס דארף מען
איבער לאזן פאר השי"ת, הרבה דרכים למקום, אבער מיר קענענן נישט בעטן אויף די הצלחה פון די חיילי צה"ל, בסך הכל
בעטן מיר אז השי"ת ברוב רחמיו זאל מזמין זיינע וועגן אז די אלע וואס ווילען שעדיגן אידישע קינדער זאלן נישט האבן קיין
שליטה ח"ו, השי"ת ברוב רחמיו, קען אריינגעבן א מחשבה און די פירער פין ביידע זייטען אז זיי זאלן וועלן סטאפען די מלחמה,
און וועט עס אויטעמאטיש בטל ווערן, אן דען וואס די מדינה זאל דארפן ווארם זייערע באמבעס,
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 08/01/2009 20:32:31
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2009 20:29 |
|
| |
סקאט די רעדסט ווי אן עכטער ציוניסט, זיי די ציונים זענען די גורמים פון אלע צרות און ראקעטס, ווער האט זיי געהייסט אריינגיין אהין? פארוואס פארשפארן זיי די פאלעסטינער (ניין איך נעם מיך נישט אן פאר די פאלעסטינער, די בלוטיגע רוצחים, אבער ווער האט אויף גערייצט דעם בער?????)
סקאט, לייג דיר פעפער אין מויל, פון רשעים קען ארויס קומען א טובה????
איך וואלט ווען געדארפט זיך אראפזעצן בכובד ראש, און פרובירן דיר מסביר זיין ווי ווייט די ביזט פארקראכן, אבער וואס זאל איך טון אז איך דארף ארבעטן אויך, אזויפיל וועל איך דיר יא זאגן אז אלץ תשובת המשקל פארן שרייבן אזוי, לערן אדוירך דעם על הגאולה (ס'איז נישט אזוי גרויס) וועסטו וויסן אז די רעדסט פון די חמורות שבחמורות
קודם קוק אדורך די צוויי דרשות פון רבינו שליט"א וועסטו האבן בקיצור נמרץ פארוואס די ביזט נישט גערעכט
http://www.mysatmar.com/docs/public/zos-htorah-lo-sehei-michlefes.pdf
און נאכדעם לערן אדורך דעם על הגאולה
http://www.mysatmar.com/docs/shite_hakdoshe/al-hagileh.pdf
תוקן על ידי גאסט ב- 08/01/2009 20:28:07
ויואל משה - על הגאולה ועל התמורה
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2009 20:57 |
|
| |
וואס קען מען טאן אז מ'זעמיר ליידער ליידער נכנע אונטער עול הציונים, ועול האמריקנאים, ועול הבריטאים, וכו' וכו', דאס אלעס א חלק פון די גלות המר והנמהר, און טאקע פארדעם זעמיר אונז מתפלל יעדן טאג ושבור עול הגוים ועול הגליות, ס'האט נישט קיין זין צו מתפלל זיין ספעציפיש אז נאר די ציוניסטישע מלוכה זאל אונטערגיין און מ'זאל מיר ווייטער זיצן בגלות. אונזער תפלה איז אז דער מלך המשיח זאל קומען און אלע מלכי זרים וועלן נתבטל ונכנע ווערן אונטער משיח צדקינו בב"א. אבער אויב ליידער איז נאך נישט הגיע זמן גאולתכם, מעג מען מתפלל זיין אז השי"ת זאל באשיצן יעדן אידן צו סיז דורך גוים אדער (לדאבונינו) דורך ציונים.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2009 21:03 |
|
| |
זיסקייט
די ליינסט אפילו וואס גאסט ענטפערט? ער ברענגט דאך דא נאך דברים של טעם,
ליין עס דורך קענסט אויך הערן אויף קול סאטמאר א ספעציעלע קנאות אפטיילונג, אזוי וועסטו נישט זיין אזוי רוי אין דעם ענין.
|
|
|
|
|