בית פורומים כל העולם כולו

בין איך גערעכט מיט מיין שטעלונג איבער די מדינה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/1/2009 21:24 לינק ישיר 

די ווערטער פון סקאטמאלן האט מיר צו שטארק געשטאכן, איך האב נישט געקענט געהעריג צוריקגיין צו די ארבעט.

מוז איך אזויפיל כאטש טון, אהערברענגן וואס דער בעל דברי יואל האט געזאגט וישלח תשי"ז דברים כדרבונות פאר די ווערטער

http://www.natrina.org/rebbe/chiddusheitorahvayishlach.pdf



_________________


ויואל משה - על הגאולה ועל התמורה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2009 22:59 לינק ישיר 

די אלע זאכן וואס דער על הגאולה האט געזאגט בימים ההם אין 1967 איז בכלל נישט דומה צום יעצטיגן מצב, דאן זענען די ציונים הארורים געווען פראסטע אגרעסערס און זענען געגאנגען אין מלחמה, מפקיר זיין אידיש בלוט בלויז צו דעראבערן שטחים פון פרימיטיווע אראבער שכנים, און באווייזן זייער כוחי ועוצם ידי, און נאכדעם דערקלערן ניסים עפ"ל

אבער זייט דעמאלטס האבן זיך שוין צייטן לאנג געטוישט, און דער סאטמארער רבי האט עס פאראויסגעזאגט, די ציונים זענען שוין זייער מיד פון די מלחמות, די שכנים זענען זייער שעדליך פארגעשריטן, די מדינה וויל בלויז מנוחה, זיי האבן מיט געוואלד אויסגעריסן די אידן פון גוש-קטיף און אנדערע מקומות, פשוט ווייל זיי ווילן שוין מנוחה, די יעצטיגע אקציע איז א פשוט'ער הגנה פון די ראקעטן וואס זענען ליידער שופך דם ישראל.

אין אנדערע ווערטער, מיינע רייד זענען 100% אין איינקלאנג מיטן אויוונדערמאנטן שטיקל פונעם סאטמארער רבי זצ"ל, ס'בלוטיגט מיר אויך דאס הארץ אז שם שמים איז נתחלל באופן נורא דורך די עוקרי הדת ומנאצי השם, הלוואי זאל שוין זיין ומלכות הרשעה מהרה תעקר ותשבר ותמגר ותכלם ותשפילם ותכניעם ב"ב, און זאל שוין את צמח דוד מהרה תצמיח, אבער וואס קען מיר טאן אז עדיין לא נשענו, ס'נאך נישט הגיע זמן גאולתכם, ליידער איז עס א גזירה הוא מלפני אז מ'זעמיר אנגעוויזן אויף די פושעים'ס הגנה והצלה, ס'ליידער א מציאות וואס מ'קען זיך נישט באהאלטן דערפין, און אויב ע"פ דרך הטבע איז לעת עתה דאס דער איינציגער הצלה, דאן מוז איך בע"כ זיי וואונטשן עלה והצלח!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2009 23:15 לינק ישיר 

זאלסט מיר אנטשולדיגן סקאט אבער דו רעדסט נארישקייטן.

די איינציגע סיבה פארוואס מ'גייט יעצט אין מלחמה איז וויבאלד די ציונים, פרייע ווי פרומע, מוזן האבן א מדינה.

זיי ווייסן אליין אז אפילו בדרך הטבע איז נישט מעגליך זיי זאלן אויספירן, אויפן לאנגן טערמין. דער איינציגער וועג וויאזוי די מלחמות און שיסערייען רח"ל זאלן זיך אויפהערן איז טאמער די מדינה זאל ערלויבן די אראבער צוריקצוגיין צו זייערע היימען און אויפגעבן דעם נאמען "מדינת ישראל".

אשר על כן, טראץ וואס מ'טאר נישט מקטרג זיין אין א שעת הסכנה, און ס'איז קלאר אז יעדעס אידיש נפש וואס ווערט געהרג'עט אדער געשעדיגט איז אן אומשאצבארער שאדן פאר כלל ישראל, איז נישט שייך מתפלל צו זיין אויף די הצלחה פון די צה"ל סאלדאטן - נישט נאר ווייל מ'טאר נישט, נאר ס'איז פשוט נישט מעגליך בדרך הטבע.

די איינציגע הצלחה זייערע וועט זיין ווען מלכות הרשעה במהרה תתעקר, און משיח וועט האבן א פרייען וועג אונז צו באפרייען פון די רוצחים פון ביידע זייטן פונעם "גדר ההפרדה".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2009 23:22 לינק ישיר 

במחילה מכבודך סקאטמאלען, דו רעדסט זאכן וואס זענען גובל מיט כפירה בעיקר רח"ל.

ערשטנס, מיז איך דיר זאגען, אז ס'איז מיר זייער נישט באקוועם צו ליינען דיינע ווערטער, אז ס'בלוטיגט דיר אויך דאס הארץ אז שם שמים איז נתחלל וכו'. כאילו דו אויך בלוטיגט דיינע הייליגע הארץ וועגן שם שמים המחולל, און נישט נאר דאס הארץ פון רביה"ק זיע"א. דאס אליין איז שוין טרייפענע מחשבות.

יעצט בנוגע די אלע חילוקים וואס האסט געשריבן, אפילו האב ס'איז דברים בגו, אז די היינטיגע ציונים האבן נישט דו שאיפות פון אוועק נעמן נאך שטחים. אבער דאס איז זיכער, אז זייערע גאנצע ציל איז צו ווייזן איין זאך, אז זיי קענען פירן אליין, זיי האבן ביכולת צו האבן מלוכה און שלטון, אן דעם רבש"ע, אין אן די תורה"ק. וואס דאס איז א געפירליכע חילול שם שמים און מרידה וכפירה בעיקר. דאס הייסט אז יעדע זייערע הצלחה, איז חילול ה' וכפירה בעיקר, און וואונטשן אויף דעם 'עלה והצלח', איז מחזק זיין עוברי עבירה און פרייען בשמחת הרשעים והמינים והאפיקורסים מהרה יאבדו.

דו איינציגע זאך וואס מיר דארפן דאווענען, איז אז אידן זאלן נישט געשעדיגט ווערן, נישט דורך די ישמעאלים ארורים רודפי דם ימ"ש וזכרם, און נישט דורך די הפקרות דיג'ע שטריטן פון די רשעי הציונים מחריבי היהדות ימ"ש וזכרם.

דו עצה וואו אזוי דער רבש"ע וועט דאס ברענגן, אז קיין אידיש בלוט וועט זיך נישט גיסן ל"ע, און מצד שני נישט מיט די הצלחה פון די רשעים, איז שוין נישט אונזערע געשעפט, נישט אונזערע חשבון.

דער אייבערשטער זאל האפהיטן אלע אידן בכלל, און אלע יושבי ארה"ק בפרט, און ס'זאל מקויים שוין וכל הרשעה כולה כעשן תכלה, אדער בעשן תכלה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2009 23:40 לינק ישיר 

סקאט איך גיי דיר יעצט נישט ענטפערן, טוה אבער דיר א טובה און קוק אדורך די שלש סעודות תורה פונעם וויליאמסבורגער רב שליט"א, דאס וועט דיר אפשר עפענען די אויגן אביסעלע

http://www.mysatmar.com/docs/public/drushes-avad-wb.pdf




תוקן על ידי גאסט ב- 09/01/2009 0:19:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2009 00:49 לינק ישיר 

סקאט, איך האב געבעטן נאר אידן וואס האלטן זיך צו די שיטה זאלן ענטפערן. פון דיינע ווערטער זעט מען אז דו האלטסט זיך נישט צו די שיטה.

בערל, איך מיין אז דו ביסט דער וואס האט געקלעימט איגנארענס (געזאגט אז דו  ביסט אומוויסנד) אין די שיטה, נישט איך. איך האב געבעטן עדווייז איבער איין זאך, אבער כ'האב נישט געזאגט אז איך קען נישט די שיטה.

אויב עפעס, דארפסטו דורכלערנען די אלע זאכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2009 08:51 לינק ישיר 

אפילו ער, וואס גייט נישט מיט די שיטה, האט אויסגעמעקט א ווארט אז מ'דארף זיך מחזק זיין כדי זיי זאלן מצליח זיין, און האט פאראכטן אז מ'דארף זיך מחזק זיין נאר כדי אידן זאלן נישט ניזק ווערן:

http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=7912&cat_id=19




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2009 18:46 לינק ישיר 

איך האלט ווי סקאט ווייל אויב די ציונים וועלן אויפגעבן די מדינה וועלן די אראבערס זיך צילאזן אין אויסהארגענען אלע אידן ה"י
איך זאג עס ווייל פרעג יעדע אראבער וועלן זיי דיך זאגן אז זיי ווילן הארגענען אלע אידן.

אין דאס וואס מ'שרייט אז אלעס קימט וועגן די ציונים וויל איך ענק פרעגן וואס איז געווען די תירוץ צי הארגענען אידן אין די שפיטאל אין חברון נאך פאר די מדינה האט זיך אויפגעשטעלט?
די אראבערס האבן אייביג געוואלט הארגענען יעדן איינעם נאר יעצט ניצען זיי די מדינה אלס א תירוץ צי קענען הארגענען.
אין נאך זיסקייט שרייט אויך מיר שייגעץ כדרכו בקודש וויל איך זאגן אז איך האלט נישט אז די מדינה וואלט זיך געמעגט אויפשטעלן אין אויב אין 1967 וואלט געוועהן אזא מצב וואלט איך אפשר געהאלטן אז די מדינה זאל אויפגעבן אבער אין די האנטיגע מצב האלט איך אז עס איז א גרעסערע סכנה צי אויפגעבן אלעס.

(אנטשולדיגט אבער איך בין נישט קיין שרייבער איך האף אז ענק וועלן פארשטיין וואס איך האב געשריבן)

נ.ב. זיקייט לויט דיין profile ביטו א נקיבה וואס שמיעסטי מין מענער אין ביהמ"ד?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/1/2009 20:32 לינק ישיר 

עלם, ביזט נעבעך גוט געכאפט אין ציוניזים, איך ראט דיר אביסל זיך צו אינטערעסירן אביסל אין היסטאריע.

וועגן וואס האבן זיך די אראבער צולאזט אין חברון? ווייל די ציונים בראשות קוק ימ"ש האבן זיי אויפגערעגט וועגן דעם כותל, ווער געוואויר די פאקטן פאר די הייבסט אן צו שיסן ציוניזים

דער פאקט איז געווען אז אלע יארן ביז ציוניזים האבן די אידן געלעבט די רואיגסטע אינטער די אראבער, אין די צייטן וואס די קאטאליקן האבן געהרג'ט אידן רעכטס און לינקס, שטודיר אביסל היסטאריע.

דיין תגובה just shows your ignorance

איך ראט דיר אביסל אויס צוהערן די דרשות וואס איך האב געברענגט די לינק נעכטן
http://www.drushes.com/teller.html
וועסטו אביסל קלוגער ווערן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2009 20:40 לינק ישיר 

די עיקר פוינט וואס סקאט האט געוואלט ארויסברענגען איז אז ווען מ'פארגעסט וואס איז געווען און מ'קוקט אויף "יעצט" איז די איינציגסטע וועג עפ"י דרך הטבע צו האבן מנוחה, אז די ציונים זאלן מצליח זיין, און דעריבער דארף מען אזוי מתפלל זיין.

ושתי תשובות בדבר,
ערשטנס אויב רעדסטו פון דרך הטבע, עפ"י טבע איז נישט דא קיין שום לעזונג אינעם צוקונפט! מ'האט זיך שוין צוואנציג מאל איינגערעדט אז "יעצט גייט מען מאכן סדר" און סאיז גארנישט געווארן, די ישראלים זענען ארומגערינגלט מיט אפאר מיליאן אראבער און דו קענסט גארנישט טון. אז עס וועט נישט זיין מיסלס (פאר צוויי חדשים...) וועט זיין זעלבסמערדער, (סזאל חלילה נישט זיין, איך רעד פון דרך הטבע), אלע אראבער זענען היינט צוטאג מחונך אז דער ציל אין לעבן איז אויסצוהארגענען אידן. די רייבערייען צווישן מדינת ישראל און די אראבער האבן זיך אנגעהויבן זייטן רעיון הציונות - סהאט זיך נישט היינט אנגעהויבן און וועט זיך נישט מארגן ענדיגן, בקיצור: עפ"י דרך הטבע איז "נישטא" קיין עצה!
צווייטנס, אפי' לו יהא אז זיי קענען ווען עפעס דערגרייכן, די רבי פלעגט אלעמאל איבערחזרן אז מיר דארפן נישט געבן קיין עצות פאר השי"ת, אלעס וואס פאסירט איז מיט די השגחה עליונה און ווען מיר זענען מתפלל בעטן מיר נישט אז דער אייבערשטער זא העלפן אויף דעם און דעם דרך הטבע, נאר מיר בעטן אז סזאל זיין גוט פאר אידן,
און אויך בעטן מיר אז מלכות הרשעה כעשן תכלה בביאת משיח צדקינו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2009 20:51 לינק ישיר 

איך בין נישט קיין נטרונא פארטרעטער, אבער זעהנדיג וויאזוי מען רעדט דא צוזאם על ה' ועל משיחו, ברענג איך דא זייער לעצטע אויסגאבע, דאס איז מסביר אביסל דעם ענין אויף פלעין מאמע לשון



A Gilyon Notrina * codebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab#version=9,0,0,0" id="doc_393455297468982" name="doc_393455297468982" classid="clsid:d27cdb6e-ae6d-11cf-96b8-444553540000"    ="" align="middle" width="100%" height="500">                                                                                                                        <*   

    Publish at Scribd or explore others:           



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2009 21:46 לינק ישיר 

גאסט איך האב געלערנט אין סאטמאר פינקט ווי דיר אין מיט דעם אלעם האלט איך אזויווי איך האב געשריבן למעשה האב איך זיך גדרייט אין א"י איו אויך ציווישען אראבער סאו איך ווייס זייער גיט וואס זיי ווילען טוהן.
אין לגבי היסטאריע מיין איך אז איך ווייס זייער גיט די היסטאריע אין  איך דארף נישט אויסהערן קיין דרשות...

_________________

 
 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/1/2009 22:05 לינק ישיר 

אילם פון מאנסי

זע דעם בריוו פון הגה"ק בעל אמרי אמת מגור זצ"ל ווי ער שרייבט נאכן באזוך אין אר"י ווי פריינטליך די אראבער זענען געווען צו אים.

דארפסט אפשר נישט אויסהערן קיין דרשות, ס'וואלט אבער יא שטארק כדאי געווען זאלסט זיך באקענען מיט די היסטאריע בעפאר דו באשליסט וואס די פאקטן דארפן דיר דערציילן און לערנען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/1/2009 23:30 לינק ישיר 

אכמעדינידשאד (איים אין די מאד פאר דשיהאד) איז אויכעט זייער פריינטליך צי די מחריבי קרתא די ווילסט מיר זאגן אז ער וויל נישט אויסהארגענען אלע אידן?


_________________

 
 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/1/2009 05:43 לינק ישיר 

איך בין נישט קיין שיטה אנהענגער, אבער פין רעדען אסאך מיט סאטמערע חסידים, מיז איך זאגען, אז אליבא דהשיטה, איז זיסקייט גערעכט.

כמה פעמים האב איך געהערט פין עלטערע סאטמערע אידען (סענט סטריט חברה) אז בשעת א מלחמה האט די רבי געזאגט אז מען דארף מתפלל זיין אז משיח זאל קומען, און נישט אז די ציונים זאלען מצליח זיין, און נישט אז די אראבער זאלען מצליח זיין.

הגם עס איז אוודאי נישט קעגען די שיטה צו זאגען אז עס איז געווען סייעתא דשמיא אז נאר זעקס "אידען" זענען גהרג'ט געווארען, אבער צו זאגען אז נאר זעקס "סאלדאטען" איז מן הסתם יא קעגען די שיטה.

כמובן רעד איך נישט פין די שיטה פין פראפעציענאלע שיטה מענטשען, נאר עמך מענטשען, סאטמארע אידען וואס רעדען שיטה.

לאמיתו של דבר, איז נאריש צו זאגען בכלל אז נאר זעקס זענען געהרגעט געווארען, אז עס שטעקט אין דעם סייעתא דשמיא, ווייל למעשה זענען זעקס געשטארבען, און דאס איז א פראסק אין פנים. און דאס איז בכלל, לאו דוקא אין די מדינה. למשל עס מאכט זיך ל"ע א שריפה, און איין קינד ווערט ל"ע נעדר, איז דא מענטשען (אזעלכע זעלבסט באשטימטע באשעפער זיס מאכערס) וואס וועלען אנווייזען, ממש ניסי ניסים, נאר איינער, איי וואס איז מיט דער איינער? ער איז נישט קיין מענטש? ווען כביכול וויל, קען ער ראטעווען אלע, אדער בכלל נישט מאכען א שריפה. די זאכען זענען העכסט קאמפליצירט, און בדרך כלל איז בעסער צו האלטען די מויל פארמאכט, ווי איידער צו מעסטען אויב עס איז געווען חסדים אדער גבורות.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בין איך גערעכט מיט מיין שטעלונג איבער די מדינה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext