| נשלח ב-12/1/2009 19:54 |
|
| |
איך גיי דיר ענטפערן באטשי פשוט ווייל דו שריבסט אזעלכע שטותים אז ס'גייט א רויעך
אבער איך זאג קלאר איך גיי נישט בל"נ נאכאמאל ענטפערן ווייל שלמה המלך זאגט שוין אל תענה כסיל כאולתו (מעגסט מחולק זיין מיט אים)
און ס'קוקט אויס אז אלע שרייבערס דא (עכ"פ רוב) האלטן אזוי, איך קען מיך פשוט נישט איינהאלטן מוז איך ענטפערן, אבער דאס איז עס בל"נ
יעצט צום ענין
דיין ערשטע שאלה איז דער ענטפער ניין, אבער איך גיי נישט יעצט אריין דערין ווייל איך זע אז מיין תשובה איז געווען שלא מן הענין וואס דו האסט געפרעגט, אבער דאס איז קלאר ביי אונז אלע וואס גלייב מיר אין דברי חז"ל אז א אידישע שטוב אדער א ביהמ"ד אין מאנהעטן וואס מען פירט זיך דארט בקדושה איז הייליגער ווי דער כנסת המינים אין ארץ ישראל.
יעצט, מפני חטאינו גלינו מארצינו איז טאקע נישט קיין הלכה טיפש איינער, ס'איז אבער א מציאות, און פונקט ווי אין מדבר ווי משה רבינו האט געזאגט ביי די מרגלים מען גייט זיך דרייען נאך פערציג יאר אין מדבר, און די אידן האבן געזאגט אקעי אונז וויל מיר יא ארויף גיין איז געווען טו לעיט, די זעלבע זאך דא, אחוזת עולם אהער אחוזת עולם אהין, דער זעלבער באשעפער וואס האט דיר עס געגעבן, דער זעלבער האט דיר געזאגט ביים חורבן ביהמ"ק יאג אפ פון דא, האסט מטמא געווען מיין לאנד האסט מיר נישט געפאלגט גיי אביסל אין גלות, כ'מיין די גאנצע וועלט איז דאך באשאפן בשביל ישראל, לעתיד וועלן אלע גוים זיין אונזערע קנעכט כמבואר במדרשי חז"ל, נו איז וואס, מעגסטו שוין יעצט טון וואס דו ווילסט, האלטסט טאקע אז אידן זענען געגאנגען אין גלות ווייל זיי האבן נאך דעמאלטס נישט פארמאגט דעם אטאם.
וואס האט אברהם אבינו געטון נאכדעם וואס ער האט קונה געווען ארץ ישראל, און וואס האט לוט געטון, אברהם אבינו האט אונז געלערנט לדורות ווי אזוי מען פירט זיך אויף אין ארץ ישראל ווען די רצון ה' איז אז אוה"ע זאלן דארט זיין בעל הבית.
און יעצט לגבי דעם ספה"ק ויואל משה, יא מען קען קריגן אויפן רמב"ם רשב"א וכו' וכו', אבער ווער קען קריגן, איז דא איינער אין די וועלט וואס האט מברר געווען להלכה אז מען מעג מאכן א מדינה אין גלות, קענסט קריגן אויף אלע דברי חז"ל אז רבא האט געמעגט קריגן מיט אביי מעגסטו אויך קריגן אויף אביי, הא! וואס איז נאר רבא מעג איך טאר נישט, קענסט גיין בועל זיין על דם טוהר (אנטשולדיגט פארן רעדן אזוי) וואס איז ווייל יענער ווייל מחמיר זיין, אין די תורה שטייט עס נישט, וכהנה וכהנה.
איך האב לעצטענס מיטגעהאלטן א הלכה'דיגע שמועס ביי איינע פון די גרויסע פוסקי זמנינו, און ס'איז אויסגעקומען א הלכה'דיגע שאלה וואס איינער האט נאכגעזאגט פון א היינטיגן גדול ווי אזוי יענער האט גע'פסק'נט, און דער פוסק האט נישט מסכים געווען צו דעם פסק און אנגעהויבן אויפצוווייזן פארוואס ס'איז נישט גערעכט, ביז יענער האט זיך אנגערופן אז דער נודע ביהודה האלט אויך אזוי, דעמאלטס האט דער פוסק געזאגט אויפן נודע ביהודה קען מיר אונז נישט קריגן.
והנמשל מובן
און יעצט גיי פיל דיר אן א מויל מיט שווארצע פעפער און רעד ווייניגער כפירה און מינות,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2009 01:08 |
|
| |
הערשל
צו דו ביזט א כופר אדער א פערד ווייס איך נישט, אבער געשריבן האסטו זיכער אזוי. יעצט ווילסטו זיך "עקספלעינען"
יעדער איד גלייבט אין השגחה פרטית אויף יעדען מענטש לית מאן דפליג אויף דעהם, אויף אידען אין אויף ארץ ישראל בפרטי פרטיות. קומסטו צו גיין זאגן אז אזוי ווי דער רבש"ע האט זיך (כביכול) פאררעכנט און געלאזט די ציונים מאכען א מדינה, וואס דאס הייסט מלכות הזלה,טא ווי אזוי וועט ער זיך אין עצה געבן מיט משיח?
האסטו הקטן הערשל פאר איהם איין עצה טובה, ער זאל נאכקוקען אין טיים מעגעזין.
יעצט גלייב מיר הערשל דו ביזט בכלל נישט שולדיג, שולדיג איז ווער סהאט דיר געזאגט אז דער כול יכול קען נישט (כביכול) ברענגען משיח עד שתכלה מלכות הזלה, און דאס מיינט אז די מדינה וואס ער האט אויפגעשטעלט , אדער לשיטתך געלאזט אויפשטעלען אהן זיין הילף (ח"ו) ווייל ער האט זיך פאררעכענט (כביכול) מוז בטל ווערען. "עס איז דא געדרוקט פון רבין ז"ל אין פארשידענע דרשות אז די מדינה דארף בטל ווערן פאר משיח וועט נאך קומען, ווי די גמ' זאגט אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הזלה מישראל, און מענטשן האבן אסאך מאל פראגעס איבער ווי אזוי דאס קען פאסירן, געב איך דא עטליכע לינקס וואס מען זעט קלאר אז ס'איז דא אזא מעגליכקייט, וואס אוודאי איז ביים רבש"ע דער כל יכול דא אן א שיעור מעגליכקייטן ווי אזוי דאס זאל פאסירן איז אבער אינטערעסאנט אז דאס ווערט שוין ארומגערעדט אין פארשידענע קרייזן אינערהאלב די מדינה אליינס.""
איך האב נאר א גרויסע קשיא אויף דיין פשט אין ווערטער פון רבין ז"ל
פון ווי האט דאס דער רבי גענומען? פון רוח הקודש? קען מען נישט פאסקענען קיינע הלכות, לא בשמים היא. מוז דאך זיין פון די פון די גמרא.
איז הער איין
דארט אין סנהדרין צ"ז ועוד מקומות שטייט נאך אזוינע צוואנציג מאמרים פון אין בן דוד בא. לאמיר אנכאפען איינס "אין בן דוד בא עד שיתבקש דג לחולה ולא ימצא"
קומט דאך אויס לשיטתו אז יעדער פיש סטאר איז מעכב די גאולה לכה"פ ווי די ציונים, דער ווייל האט ברוך אברהם האלבערשטאם ז"ל געהאט אפיש סטאר אויף דיוויזשען עוועניו אין דער רבי איז גארנישט געוועהן ברוגז אויף איהם. אדרבה ער איז געוועהן פורים רב ביים רבין, אסאך יאהרן.
אדער "אין בן דוד בא עד שתכלה פרוטה מן הכיס" האט ער דאך געדארפט רודפן געציל בערגער ע"ה עד חרמה
אדער "אין בן דוד בא עד שתתהפך כל המלכות למינות" האט ער עפעס צו געהאלפן צו דעהם?
" אין בן דוד בא עד שיכלו כל שופטים ושוטרים מישראל " און ער האט געמאכט א בי"ד פון סאחדיס וואס שטייט נאך עד היום הזה,(נכון לכתיבת השורות) איז ער אליין דאך דער גרעסטער מעכב די גאולה
פארוואס שטערט נישט אנ"ש די אלע זאכען? אדרבה גיב עפעס אשיס היפאטעטיש.
אין בן דוד בא עד שירבו המסורות, זעהסט, דא טוט מען שוין יא עפעס אין חצרות אנ"ש, דארף מען זיי שיקן א טהענק יו קארט.
"דבר אחר עד שיתמעטו התלמידים " די ישיבות און כוללים זענען מעכב די גאולה, דא רעדסטו שוין צו דער זאך,
יעצט שרייב עפעס ווי אזוי מקען זיי פטור ווערען,
"דבר אחר עד שיתייאשו מן הגאולה" יאלללה! הייב א קאמפיין אז מזאל זיך אלע מייאש זיין
האסטו דא ווייטער אפאהר ריזיקע מצוות
"דור שבן דוד בא בו העזות תרבה והיוקר יעות והגפן יתן פריו והיין ביוקר" א חוצפה פון לאנדא צו מאכען א מאכען אספעשל אויף גרעים דשוס והעיקר שכחתי
"ונהפכה כל המלכות למינות ואין תוכחה."
איז דאך פונקט קאפויער, די מדינת ישראל ארבעט דאך צו מאכען מינים זענען זיי דאך מקרב די גאולה. וויטער די מוכיחים בשער זענען גאהר מעכב די גאולה.
"איך האב סך הכל געשריבן א הייפאטעטישע ענטפער צו דאס וואס אסאך פרעגן ווי אזוי "קען" מעגליך זיין אז די מדינה זאל אויפהערן צו עקזיסטירן אן דעם וואס אידיש בלוט זאל פארגאסן ווערן."
שרייב עפעס הייפאטעטיש און געשמאק אויף די אנדערע "מעכבים" הגדולים
געוואלד גיב דעם רבש"ע איין עצה, אדער לכה"פ העלף איהם צו אז בן דוד זאל קענען קומען,
לפענ"ד איז די ערשטע זאך לאמיר אנהייבן מיט אונטערצונדען אלע פיש סטארס,
איך האף אז דו פארשטייסט וואס איך מיין. ווי נאריש דער מהלך איז.
"מיר געפעלט ווי אזוי מען האט אזוי שנעל אפגעקויפט די ווערטער פון באאכי וואס איז שוין געקומען צו א מסקנא איבער וואס איך האב געשריבן נאך פאר מען האט אפגעלייענט מיינע ווערטער."
דא גייסטו שוין פערזענליך!
דער נאמען איז באטשי, באטשי הויזנטרעגער מגליל התחתון.
נעם זיך נישט צום הארץ, איט איז א פלעשזור טו טאק טו יו .
תוקן על ידי - baachi - 13/01/2009 1:11:02
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2009 02:26 |
|
| |
אל תוכח לץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2009 04:21 |
|
| |
וואלען
"יעצט, מפני חטאינו גלינו מארצינו איז טאקע נישט קיין הלכה טיפש איינער, ס'איז אבער א מציאות, און פונקט ווי אין מדבר ווי משה רבינו האט געזאגט ביי די מרגלים מען גייט זיך דרייען נאך פערציג יאר אין מדבר, און די אידן האבן געזאגט אקעי אונז וויל מיר יא ארויף גיין איז געווען טו לעיט, די זעלבע זאך דא, אחוזת עולם אהער אחוזת עולם אהין, דער זעלבער באשעפער וואס האט דיר עס געגעבן, דער זעלבער האט דיר געזאגט ביים חורבן ביהמ"ק יאג אפ פון דא, האסט מטמא געווען מיין לאנד האסט מיר נישט געפאלגט גיי אביסל אין גלות, כ'מיין די גאנצע וועלט איז דאך באשאפן בשביל ישראל, לעתיד וועלן אלע גוים זיין אונזערע קנעכט כמבואר במדרשי חז"ל, נו איז וואס, מעגסטו שוין יעצט טון וואס דו ווילסט, האלטסט טאקע אז אידן זענען געגאנגען אין גלות ווייל זיי האבן נאך דעמאלטס נישט פארמאגט דעם אטאם."
איך וויל דיך פרעגען א קשיא, ענטפער אויב דו האסט וואס.
וויאזוי האט דער באשעפער אונז געזאגט ביי דעם חורבן בית שני "יאג דיך אפ" (כדבריך)? . דורך א נביא? ניין! סאיז שוין בטלה נבואה אנפאנג בית שני.
אלא מאי וואס דען? מיט דעם וואס די מלכות רומי הרשעה האבן מיט די יאהרן געמאכט א מציאות אז סאיז געווארן זייער שווער צו לעבן דארט. האבן מיר געזעהן אין דעם, א יד השם און פארשטאנען אז דער אייבירשטער האט אונז געשיקט און גלות. (נאך דעם חורבן איז דער רוב עולם נאך געבליבן אין ארץ ישראל )
ביזטו מסכים מיט דעהם?
איך שטעל מיך פאהר אז דיין ענטפער איז יא! איך האב נישט קיין געדולד צו ווארטן אויף דיין תשובה אבער קיין אנדערע לאגישע תשובה איז נישטא.
אויב אזוי, איז פונקט ווי מיר דארפן מקבל זיין דעם שליחות פון באשעפער דורך די מלכות הרשעה צו גיין אין גלות, פאר וואס זאלען מיר נישט יעצט פארשטיין אז אויב סגעווארן א מציאות אז מקען צוריק פאהרן אהיים און יא לעבן דארט, האט דאס דער זעלבער רבש"ע געמאכט ווייל ער וויל מיר זאלען צוריק קומען פון גלות. איי ער האט אויס געקליבן שלוחים די ציונים? מיר געפעלט דאס אויך נישט, אבער איך מיין אז דאס איז זיינע ביזנעס- אגב זיי זענען נאך אזוינע גרויסע צדיקים ווי די רומיים, דערווייל האבן זיי נאך נישט געקעמט קיינעמס פלייש במסרקות של ברזל.
זיי מיר מסביר דעם חילוק, פארוואס דעם גלות פארטרייבן האט מיר פארשטאנען אז דער רבש"ע האט דאס געמאכט, און צוריק קומען קיין ארץ ישראל איז נישט דער רבש"ע (לשיטתך).
און יעצט לגבי דעם ספה"ק ויואל משה, יא מען קען קריגן אויפן רמב"ם רשב"א וכו' וכו', אבער ווער קען קריגן, איז דא איינער אין די וועלט וואס האט מברר געווען להלכה אז מען מעג מאכן א מדינה אין גלות, קענסט קריגן אויף אלע דברי חז"ל אז רבא האט געמעגט קריגן מיט אביי מעגסטו אויך קריגן אויף אביי, הא! וואס איז נאר רבא מעג איך טאר נישט, קענסט גיין בועל זיין על דם טוהר (אנטשולדיגט פארן רעדן אזוי) וואס איז ווייל יענער ווייל מחמיר זיין, אין די תורה שטייט עס נישט, וכהנה וכהנה
לא זכיתי להבין דבריך, כבר מילתי אמורה אז דער ויואל משה אליין שרייבט אז די שלוש שבועות זענען נישט קיין הלכה! סאיז איבערהויפט נישט קיין שום בירור הלכה, ערזאגט זיין מיינונג דאס אלעס. (אויב ווילסטו דיך מפלפל זיין און ויואל משה - מאך אויף איין באזונדערן אשכול. ואכמ"ל)
די חולקים אויפן דעת ויואל משה זענען געוועהן גדולי ישראל לכה"פ בדומה לו -ווי דער בעלזער רב דער קלוז"ב רב, דער טשיבינער רב און חזון איש זצ"ל צווישען אנדערע. ואני הולך בשיטתם
נאכאמאהל, איך בעט דיר נישט קיין לאנגע מגילות מיט שמן זית קטנ'דיגע אויגען (אנטשולדיג פאר דעם אויסדריק) ענפער נאר אויף די איינע קשיא!
וועגען דיין פארופען זיך אויף שלמה המלך," אל תענה כסיל" ווען דו וואלסט אויסגעהערט אין חדר . וואלסטו געוואוסט אז נישט איך בין דער וואס קריגט זיך אויף איהם, נאר טאקע ער אליינס איז חולק מיט זיך!
שבת ל: ומאי דבריו סותרים זה את זה כתיב אל תען כסיל כאולתו וכתיב ענה כסיל כאולתו? לא קשיא הא בדברי תורה הא במילי דעלמא.
אויב דו וועסט נישט ענטערן איז ממא נפשך אדער האסטו נישט וואס צו ענפערן אדער האלסטו אז די שיטת ויואל משה איז מילי דעלמא 
טשאאאאאו
תוקן על ידי - baachi - 13/01/2009 5:00:09
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2009 05:46 |
|
| |
מען בעט אלע שרייבער נישט צו שרייבן קיין לאנגע מגילות, שארף און צו די זאך.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2009 06:23 |
|
| |
| Baachi כתב: |  | אלא מאי וואס דען? מיט דעם וואס די מלכות רומי הרשעה האבן מיט די יאהרן געמאכט א מציאות אז סאיז געווארן זייער שווער צו לעבן דארט. האבן מיר געזעהן אין דעם, א יד השם און פארשטאנען אז דער אייבירשטער האט אונז געשיקט און גלות. (נאך דעם חורבן איז דער רוב עולם נאך געבליבן אין ארץ ישראל )
אויב אזוי, איז פונקט ווי מיר דארפן מקבל זיין דעם שליחות פון באשעפער דורך די מלכות הרשעה צו גיין אין גלות, פאר וואס זאלען מיר נישט יעצט פארשטיין אז אויב סגעווארן א מציאות אז מקען צוריק פאהרן אהיים און יא לעבן דארט,
אזא שוואכע קאפ? לעבן אונטער די רומיים איז "נישט" אראפגעווארפן עול הגלות, נעמען א אייגענע אידישע מלוכה איז "יא" אראפגעווארפן עול הגלות, איך פארשטיי באמת נישט דיינע ליצנות.
זיי מיר מסביר דעם חילוק, פארוואס דעם גלות פארטרייבן האט מיר פארשטאנען אז דער רבש"ע האט דאס געמאכט, און צוריק קומען קיין ארץ ישראל איז נישט דער רבש"ע (לשיטתך).
ווייל דיינע אלע עבירות זענען אויך נישט פון רבוש"ע, דער רבוש"ע גיט פאר אידן א בחירה ובחרת בחיים. די מדינה איז מעשה שטן.
|
|
און אז דו רעדסט שוין פון חזון איש, איז כדאי נאכצוזאגן א שארף ווארט פון אים:
עס איז א חסד פון השי"ת אז די ציונים זענען שטענדיג פארנומען מיט מלחמות מיט די אראבער, ווייל ווען נישט וואלטן זיי זיך פארנומען מיט עקירת הדת און אויסגעריסן דאס גאנצע אידישקייט.
תוקן על ידי 1נארמאלער ב- 13/01/2009 6:21:47
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2009 06:59 |
|
| |
באטשי היקר, איר זענט נישט קיין פרעמדער דא, אין א אנדערע פארום
בשכינות [נישט קיין פארמאכטע] געדענק איך האסטו פאר א לענגערע צייט געפירט
א קאמף מיט די ספר ויואל משה, באופן לנגח את האדוקים, ווער עס וויל קען עס
אויפזוכן אין דיין פראפייל, אויף דיר און דיינס גלייכן האט שלמה המלך
געשריבן אל תען כסיל, יא דער זעלבער אויף וועמען עס איז ארויס א בת קול
ווען ער האט מתקן געווען דעם עירוב אם חכם בני וגו', דער זעלביגער האט
געפסקענט אז מען טאר דיר נישט ענטפערען. איך וועל נאר אויף מערקזאם מאכן
פאר די וואס שטעלען זיך טענהן מיט דיר, פון ווי דיינע זינלאזע טענות און
מענות נעמען זיך און וועמען די טוסט מעלה גרה זיין, כוועל אצינד ציטירן א
טייל פון דיינע ראיות, [quote]דו פרעגסט וואס צו טוהן? מיר האבן א
תורה, דארט שטייט אז טאמער גויים אטאקירן יידן מוז מען מיט זיי מלחמה
האלטן, כאטש דער אייבירשטער האט געשיקט די גויים.
און אז סזענען דא פרייע אידען וואס שטעלען זיך איין דאס לעבן פאר מיר, בין איך זיי מכיר טובה אין איך בין מתפלל צו זייער הצלחה.
למשל
מיין
טאטע האט א הארץ פעלער, איך ווייס אז דער הארץ פעלער האט דער רבש"ע
געמאכט, אעפ"כ ליגט אויף מיר אחיוב ע"פ צו היילען אפילו דורך א דאקטאר א
כופר. פונקט ווי איך בין מתפלל פאר פרייען דאקטער א מחלל שבת אוכל
נבלות ער זאל מצליח זיין מיט זיי הארץ אפעראציע אויף מיין טאטן. כאטש ער
האט געלערנט דאקטאראט תוך כפירה בעיקר.[/quote]אין א אנדערע אשכול
שרייבסטו[quote]די הלכה אז נכרים שבאו על עסקי קש ותבן בעיר הסמוך לספר
יוצאין עליהם אפילו בשבת איז געזאגט געווארן אפילו אין בבל,
תלמוד בבלי מסכת עירובין דף מה/א במה דברים אמורים כשבאו על עסקי
ממון אבל באו על עסקי נפשות יוצאין עליהן בכלי זיינן ומחללין עליהן את
השבת ובעיר הסמוכה לספר אפילו לא באו על עסקי נפשות אלא על עסקי תבן וקש
יוצאין עליהן בכלי זיינן ומחללין עליהן את השבת אמר רב יוסף בר מניומי אמר
רב נחמן ובבל כעיר הסמוכה לספר דמיא ותרגומא נהרדעא
סאיז איין אויסגעפסקענטע הלכה אין רמב"ם אין און טור,
דא איז דער המשך פון די גמרא הנ"ל מיט לשון התוספות
דרש
רבי דוסתאי דמן בירי מאי דכתיב ויגידו לדוד לאמר הנה פלישתים נלחמים
בקעילה והמה שוסים את הגרנות תנא קעילה עיר הסמוכה לספר היתה והם לא באו
אלא על עסקי תבן וקש דכתיב והמה שוסים את הגרנות וכתיב וישאל דוד בה' לאמר
האלך והכיתי בפלשתים האלה ויאמר ה' אל דוד לך והכית בפלשתים והושעת את
קעילה מאי קמבעיא ליה אילימא אי שרי אי אסור הרי בית דינו של שמואל הרמתי
קיים אלא אי מצלח אי לא מצלח דיקא נמי דכתיב לך והכית בפלשתים והושעת את
קעילה שמע מינה:
תוספות עירובין דף מה/א אי מצלח אי לא
מצלח - וא"ת א"כ היכא דריש ר' דוסתאי דמחללין עליו השבת דלמא חול היה אי
משום דמספקא ליה דכתיב וישאל דוד הא מסקינן אי מצלח אי לא מצלח ויש לומר
דמוכחא מילתא מדקאמר נלחמים בקעילה דקרי ליה מלחמה ומסר דוד עצמו על עסקי
תבן וקש שמע מינה דמחללין עליה נמי את השבת:[/quote]ווייטער
שרייבסטו[quote]אונזער תורה האלט אבער אנדערש
רמב"ם הלכות מלכים
(א) אין המלך נלחם תחלה אלא מלחמת מצוה ואי זו היא מלחמת מצוה זו מלחמת שבעה עממים ומלחמת עמלק ועזרת ישראל מיד צר שבא עליהם ואחר כך נלחם במלחמת הרשות והיא המלחמה שנלחם עם שאר העמים כדי להרחיב גבול ישראל ולהרבות בגדולתו ושמעו:
(ב) מלחמת מצוה אינו צריך ליטול בה רשות בית דין
אלא יוצא מעצמו בכל עת וכופה העם לצאת אבל מלחמת הרשות אינו מוציא העם בה
אלא על פי בית דין של שבעים ואחד:[/quote]די אויבן דערמאנטע איז געווען א
טייל פון די דריי קשיות וואס דער געמיינער זשורנאל האט טרומפייטערט נאך די
מבצע אנטעבי, 1. בא על עסקי קש ותבן, 2. רופא מומחה.
ביז עס איז געקומען ערב י"ט כסליו און איטליכע אינגעלייט האבן
אפגענטפערט דעם סתם מקשן, וואס דער "געמיינער" איז נאר געווען זיין שליח,
די תירוצים וואס זענען דאן פארשפרייט געווארן אין אלע חרדישע צענטערען האב
איך נישט צו דער האנט, כוואלט דיר נאר געוואלט פרעגען היעלה על דעתך
להבדיל אא"ה צו גדעון וואלט גענוצט די כופרים אלס מיליטערלייט, אדער צו
אזעלכע האבן אנטייל גענומען ביי די מלחמת החשמונאים.
און איך וועל ענק פארציילן אז אין ירושלם זענען אידן אויסגעגאנגען און נישט אריין אין דעם מיסיאנערישן שפיטאל, זיך צו לאזן באהאנדלען ביי וועלט בארימטע דאקטוירים, און א בית מינות איז ערגער ווי א בית ע"ז ווייל שאני מינות דמשכי, און ווי עס זעהט אויס איז באטשי שוין ליידער גוט פארשלעפט.
ברויכסט מיר נישט
ענטפערען, און ערווארט נישט פון מיר קיין אנטווארט.
בשמחה, אנטשולדיגט איך שרייב נישט קיין לאנגע מגילה, איך בין נאר מעתיק די דברי בלע פון באטשי, להבנת הענין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2009 09:06 |
|
| |
איך וועל דארפן נאכמאל מגולגל ווערן צו משיג זיין אזא מין השגה אז א מדינה וואס איז מבוסס אויפן יסוד פון פריקת עול התורה והמצוות, זאל האבן דאס מינדעסטע דמיון צו מלחמת דוד אדער אנדערע מלחמת ע"פ השם, און מיין קאפ רעגיסטריט זיך דאס נישט. ביי מיר איז דאס גארנישט אנדערש ווי למשל ווען JEWS FOR JESUS אידן זאלן פירן די רעגירונג און ארמיי און ארץ ישראל.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2009 17:03 |
|
| |
תוקן על ידי - baachi - 13/01/2009 17:04:49
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2009 20:23 |
|
| |
באטשי ווי שטערקער דיינע כפירה ווערטער זענען צווינגסטו מיר צו ענטפערן אפילו איך וויל נישט
און איך האב צו דיר איין תירוץ, די בני אפרים האבן געהאט די זעלבע שיטה ווי דיר אין מצרים און קוק וואס איז געשען מיט זיי.
און וואס טוט זיך מיט אני מאמין בביאת המשיח, ער האט זיך פארפעניעט הא? האסט נישט צייט צו ווארטן, נו קוק מה עלתה להם, וויפיל קרבנות די מדינה של גיהנם האט שוין געברענט.
און די אלע רבנים וואס דו פאררופסט זיך דו גייסט אין זיער שיטה, אן אריינגיין אין די געוויסע וואס איז קלאר זיי האבן נישט אזא געהאלטן, איז אבער אפילו לשיטתך דוכט זיך האבן זיי נאר געהאלטן אנדערש לגבי די בחירות, אבער די עצם הקמת המדינה חס מלהזכיר
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 07:06 |
|
| |
רעכטער
"אל תוכח לץ"
דו ביזט דא אויפן אינטערנעט אלץ מוכיח?
נארמאלער
מכותלי תגובתך נראה אז דו הייבסט נישט צו פארשטייין וואס איך האב געשריבן ביטע לייען עס נאכאמאהל איבער - פארשטיי עס - און נאכדעהם ענטפער כך הוא דרכם של בני אדם.
ביבער היקר
שלום עליכם, יא איך געפרעגט קשיות אין דעם אלטן קרעמל ,אבער קיין תירוצים האב איך נישט באקומען.
דו טענהסט איך זאג אלטע זאכען, 1) אשכוח פאר דעם קאמפלימענט, ווי עלטער אלץ בעסער, די תורה איז אלט אקיימא לן פון לערך 3300 יאהר
2) אז איינער זאגט "איך געדענק נישט דעם תירוץ" נעמט עס נישט אוועק קיין קשיא.
בכלל היתכן דו געדענקס אזוי גוט די קשיות- וואס די גלייכסט נישט, אבער די תירוצים - וואס די גלייכסט יא - האסטו גאהר פארגעסען? דרייסטו דיך ארום מיט א בויך מיט קשיות? סקאן דיך דאך שאטען צו די אמונה רח"ל.
3) גדעון האט לכתחילה געוואלט איינגאזשירען אלע אידען וועלכע זענען געוועהן עובדי ע"ז דעמאלטס, ע"פ נבואה האט ער עס נישט געטוהן, נבואה איז איין הוראת שעה נישט קיין תורה לדורות דער טעם איז איבער הויפט נישט וואס דו זאגסט
ספר שופטים פרק ז וַיֹּאמֶר יְדֹוָד אֶל גִּדְעוֹן רַב הָעָם אֲשֶׁר אִתָּךְ מִתִּתִּי אֶת מִדְיָן בְּיָדָם פֶּן יִתְפָּאֵר עָלַי יִשְׂרָאֵל לֵאמֹר יָדִי הוֹשִׁיעָה לִּי:.
מלבי"ם על שופטים פרק ז פסוק ב - חלק באור הענין (ב) רב העם אשר אתך - ה' רצה שיראו כי ה' עשה חיל בנס, ואם יהיו רב עם יאמרו שהם נצחו:.
לדורות איז א בפירוש הלכה אז ביי מלחמת מצוה איז נישטא קיין כהן וואס לייענט "מי האיש הירא - מעבירות שבידו". יעדערער גייט.
3) לידיעתך חשמונאים איז נישט געוועהן קיין מלחמת קיום. (2) משנה ברורה סימן תרע במעשה דאנטיוכוס שלא גזר עליהם להרוג ולהשמיד רק צרות ושמדות כדי להמיר דתם [כמו שאנו אומרים להשכיחם תורתך ולהעבירם מעל חוקי רצונך] ואם היו ישראל מכניעים להם להיות כבושים תחת ידם ולהעלות להם מס וחוזרין לאמונתם ח"ו לא היו מבקשים יותר
4) סאיז א אויסגעפסק'נטע הלכה אין יור"ד סימן קנ"ה אז בכל מתרפאין אפילו מיט עובדי עבודה זרה ממש. דער סאטמערערס רביןס הארץ דאקטאר דינאזא. איז געווהן יענצמאהל א מחלל שבת און א כופר
אין מאנסי איז דא גוד סעמעריטאן אין מענהטען סט ווינסענטס, אין ברוקלין לוטעראן און מעטאדיסט, מיט צלמים אין יעדערן צימער ולית מאן דחש. אויב דיין מעשה פון ירשלים איז אמת האט מען זיי מן הסתם באגראבן אחורי הגדר כדין מאבד עצמו לדעת.
5) איך ווייס נישט וואס דו רופסט בית מינות - סנישטא אזא מושג אין די הלכה. פון א אייד א מין אליין מעג מען
עבודה זרה דף כח. והא רבי אבהו דאדם חשוב הוה ורמא ליה יעקב מינאה? סמא אשקיה ואי לא רבי אמי ורבי אסי דלחכוהו לשקיה פסקיה לשקיה , (סדא איין אנדערע גמרא וואס איז בפירוש נישט להלכתא).
6) ביי די מעשה ענטעבי בין איך געוועהן אין כולל אין נישט געלייענט קיין אלגעמיינער. ווען דו לערנסט אביסל אין כולל אין די יוגנט אנשטאטס ליינען דעם אלגעמיינער, וואסלטו נישט געמאכט אזוינע גראבע עמהארצישע טעותים נאכדערצו לעיני כל ישראל.
סקאטאמאלען
א) וועגען ראטעווען זיך דורך JEWS FOR JESIS
עיין #5 #4 אין מיין תגובה צו ביבער לעיל
ב) וועגען דעם נאמען פון יאשקע וואס דו שרייבסט
קצור שו"ע סימן קסז - הלכות עבודת כוכבים ומזלות (יב) אסור להזכיר שם ע"ז, בין לצורך כגון לומר לחברו המתן לי בצד ע"ז פלונית בין שלא לצורך, שנאמר ושם אלהים אחרים לא תזכירו ולא ישמע על פיך.
ג) וועגן מגולגל ווערן נאכאמאהל. זיי נישט קיין יאלד און שטעל נישט איין, מיט דיין פארמאכטן קאפ אין דיין שנאה צו 99 פראצענט פון כלל ישראל. בפרט יושבי אה"ק. האסטו שטארקע טשענסעס מגולגל צו ווערען אין א שיאיטישן אראבער.
וואלן
אויף דיין צווייטע תגובה ווי דו ווילסט פארגלייכן די אידען וואס פאהרן קיין ארץ ישראל צו די בני אפרים . א) די אידען און מצרים זענען געוועהן דארט ע"פ נביא - יעקב אבינו . און זענען מצווה געווארען פון איין אנדערן נביא -יוסף הצדיק, צו ווארטן אויף א גואל מיט א סימן פקוד יפקוד. די בני אפרים האבן נישט געפאלגט.
מיר זענען נישט פארטריבן געווארן אין דעהם גלות דורך קיין נביא במיילא דארפן מיר נישט ווארטן אויף נביא.. האסטו א תוי"ט ווערט דיר ווערן ליכטיג (פינסטער ?!) אין די אויגען דעהם חילוק צווישן אונזער גלות מיטאנדערע גליות.
תוי"ט על מסכת עדיות פרק ח משנה ו נ"ל לתרץ דסבירא ליה דכבוש נכרים אתא ומבטל כבוש ישראל משא"כ בחזקה שהחזיקו מיד מלך פרס שנתן להם רשיון להחזיק בה. לא אתא כיבוש ומבטל לחזקה שהיתה מדעת הנותן. ואין להשיב מנתינת השי"ת שנתנה לישראל בראשונה שיש להשיב שכמו שהש"י נתן לישראל הארץ. כך נבאו נביאיו שיעלו המחריבים ויטלו מהם. וכן נבאו על כורש מלך פרס שיחזירה. אבל על לקיחת האומה הזאת מידינו. לא מצינו בה נבואה בפירוש ולפיכך שלא כדין נטלוה מידינו. ואין קרקע נגזלת כנ"ל ליישב דברי הרמב"ם:
ב) וועגען ביאת המשיח, משיח וועט זיין א נביא ה'. די מדינה האט אזוי פיהל שייכות מיט משיח ווי בעקערסטאון ראוד האט מיט משיח. נאר אין די פאנטזיעס פון אפאהר אלטע מזרחיסטן און אין די כמו מוחות פון ברעינוואשט סאקמוירים האט די מדינה שייכות מיט משיח. ג) מען האט קיינעם נישט געפרעגט צו מאכען אמדינה צו נישט האבן זיי נישט געמוזט ענטפערן, אבער רוב צדיקים האבן געזעהן אין הקמת המדינה נאך די וועלטס מלחמה א הצלה פורתא.
דער בעלזער רב מהר"א זצ"ל על הקמת המדינה:... להשיבו בשם כ"ק בזה"ל " דאס איז פאר די האנט אשטיק ישועה פאר אידען, ווי וואלטן זיך יעצט אידען אהין געטוהן, בעיקר סזאל זיין מנוחה ושלוה, ויעזור הקב"ה אז משיח זאל קומען עכלה"ק," מתוך מכתבו של הרב מבילגוריי זצ"ל. לאמיך זעהן ענטפער בעסער אויף די קשיא וואס איך האב געפרעגט הערשל, פארוואס האט דער רבי זיך נאר "געזארגט" פאר אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הזלה און נישט פאר די אנדערע צוואנציג צו דרייסיג סימנים פון די גאולה.
איך קען גוט די איסגעבלאזענע תירוצים ווען מהאט נישט וואס צו ענפערן
אל תען כסיל אל תוכח לץ שאני מינות דמשכי אפיקורס ישראל פקר טפי דער רבי האט געזאגט מזאל זיך נישט טענה'ן דאס אלעס מיינט נאר איין זאך "איך בין אפגעפרעגט נאר איך וועל בשום אופן נישט מודה זיין על האמת"
תוקן על ידי - baachi - 14/01/2009 7:13:38
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 08:18 |
|
| |
| Baachi כתב: |  | יא איך געפרעגט קשיות אין דעם אלטן קרעמל ,אבער קיין תירוצים האב איך נישט באקומען. אפשר גיבסטו די אדרעס אזוי וועט מען שפארן צוויי זאכן, איינס דו וועסט זיך נישט דארפן איבער גארגלען, למען לא ניגע לריק, צווייטנס וועט דער סאטמארער עולם דא זעהן אז עס א שאד צו שטיין מיט דיר אין ווארט.
דו טענהסט איך זאג אלטע זאכען, 1) אשכוח פאר דעם קאמפלימענט, ווי עלטער אלץ בעסער, די תורה איז אלט אקיימא לן פון לערך 3300 יאהר די תורה איז עלטער דערפון, לפני בריאת העולם, און אפיקורסים איז דא זייט אביסעלע שפעטער. דרייסטו דיך ארום מיט א בויך מיט קשיות? סקאן דיך דאך שאטען צו די אמונה רח"ל. איך האב נישט קיין קשיות, ביי מיר איז אלעס ברור כשמלה, נאר דיר טאר מען נישט ענטפערען. אין מאנסי איז דא גוד סעמעריטאן אין מענהטען סט ווינסענטס, אין ברוקלין לוטעראן און מעטאדיסט, מיט צלמים אין יעדערן צימער ולית מאן דחש. א חשובער דיין וואס פאסקענט שוין שאלות באלד פערציג יאר, און איז זייער געשעצט ביים עולם דא, האט אמאל געזאגט דערוועגען אז ווען מ'זאל ווען מאכן א אסיפת הרבנים דעריבער, וואלט מען עס ווען זייער שנעל געקענט אסר'ן, נאר וואס דען מען האט זיך קיינמאל נישט צוזאם געזעצט דערוועגען, ולהוי ידוע לך אז א גרויסע טייל פון די תושבי מאנסי הותיקים באנוצן זיך טאקע נישט מיט דעם שפיטאל, היינט איז אביסל גרינגער לגבי די מקום היולדת, און ווי אויך ארבעטען שוין היינט ביי זיי דאקטוירים און נוירסעס שומרי תומ"צ, וואס איז אמאל נישט געווען נאר פון א קריסטליכע ארגעניזאציע.
נאר אין די פאנטזיעס פון אפאהר אלטע מזרחיסטן און אין די כמו מוחות פון ברעינוואשט סאקמוירים האט די מדינה שייכות מיט משיח. דאן וואס זאגסטו צו די אלע היימישע און ליטווישע רבנים וראשי ישיבות, וואס האבן אונטער געשריבן דעם נוסח פון אתחלתא דגאולה צו קיבוץ גליות.
"איך בין אפגעפרעגט נאר איך וועל בשום אופן נישט מודה זיין על האמת" כנ"ל איך האב נישט קיין ספיקות כי הוא זה בצדקת דרכנו, ותהי האמת נעדרת, דו ווייסט אפשר וואס פראוודא מיינט אויף רוסיש, און וואס דאס האט סימבאלאזירט אונטער די קאמוניסטן |
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 16:35 |
|
| |
פארפאלן באטשי מאכסט א גוטן דזשאב, דו מאכסט זיכער אין יעדע תגובה אריינצולייגן שטותים אז מען זאל דיר מוזן ענטפערן
און איך גיי נאר ענטפערן אויף די שטות וואס דו האסט געשריבן, די איבריגע דברי כפירה ונאצה לאז איך א צווייטן ענטפערן
אפשר זאגטו מיר אין וועלכע מדינה אין די וועלט ווי ס'איז דא א גרויסע קיבוץ אידן האבן זייט די צווייטע וועלט מלחמה אידן געדארפט לויפן אין בונקער, אין וועלכע מדינה אין די וועלט האט מען שוין אזויפיל אידן גע'הרג'ט זייט די צווייטע וועלט מלחמה.
און יעצט אפשר לערנסטו מיט מיר פשט אין פסוק השבעתי אתכם בנות ירושלים כצבאות או כאילות השדה אם תעירו אם תעוררו את האהבה עד שתחפץ
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 17:25 |
|
| |
ביבער
ספעציעל פאר דעהם דיין מפורסם וואס פסקענט שוין פערציג יאהר, איז זעהר געשעצט ביים עולם, וואס ער זעהט באשיינערליך ווי דער עולם איז עובר עבירות יעדען טאג, און ער האט נייט קיין צייט זיך אראפצוזעצן מאכן איין אסיפת רבנים וועגען אזוינע ביליגע נארישקייטן ווי אביזרייהו דעבודה זרה.
(א) כל מכה וחולי שיש בהם סכנה שמחללים עליהם שבת אין מתרפאים מעובד כוכבים שאינו מומחה לרבים (וכל המקיזים דם הוו מומחים לענין הקזה) (טור וב"י בשם תוספות והרא"ש ובהגהות מיי' פ"ט ור' ירוחם ואגודה וסמ"ג) דחיישינן לשפיכת דמים ואפילו הוא ספק חי ספק מת אין מתרפאים ממנו אבל אם הוא ודאי מת מתרפאים ממנו דלחיי שעה לא חיישינן בהא ואם אמר סם פלוני יפה או רע יכול לסמוך עליו והוא שלא יקח ממנו אותו ס ם(וי"א דכל זה אינו אסור אלא כשהעובד כוכבים עושה בחנם אבל אם עושה בשכר בכל ענין מותר דחייש לפסידא דאגריה) (הגהות אשיר"י פא"מ מא"ז) (וכן נהגו להקל) אבל אם בא לרפאותו בלחש מותר והוא שלא ידע שמזכיר שם אלילים אבל אם יודע שמזכיר שם אלילים אסור אפילו אם יודע שודאי ימות ואם הוא אפיקורוס אפי' סתם לחש אסור שודאי מזכיר שם אלילים: (וכן אסור ללמוד ממנו לחש) (הגהות מרדכי פא"מ): (ב) עובד כוכבים שבא לרפאות את ישראל ואמר ליה קח ממים אלו או מאילן פלוני שהם של אלילים אסור אבל אם אמר לו קח ממים אלו או מאילן זה ולא הזכיר לו שם אלילי' אעפ"י שאין מאותם מים ואותו אילן מצויים אלא של אלילים מותר כיון שלא תלה הרפואה במה שהם אלילים ויש אוסרים גם בזה אפילו באומר לו הבא עלים סתם והביא לו מעצי אשרה:
דאן וואס זאגסטו צו די אלע היימישע און ליטווישע רבנים וראשי ישיבות, וואס האבן אונטער געשריבן דעם נוסח פון אתחלתא דגאולה צו קיבוץ גליות
איך ווייס נישט וועמען רבנים דו מיינסט, אבער דיין אומוויסנקייט שטארצט ארויס פון יעדע תגובה,
אתחלתא דגאולה מיט קיבוץ גליות, האט גארנישט צו טוהן מיטן מלך המשיח, סאיז גאהר באזונדערע זאכען. אידען האבן אין יעדע צרה געזעהן אין אלע דורות חבלי משיח וואס איז בעצם איין אתחלתא דגאולה. קיבוץ גליות ווידער קען זיין אסאך פאר ביאת המשיח. עיין מגילה י"ז:
איך וויל נישט אראפ ברענגען די גמרא בכוונה, קוק אליין נאך, אפשר אז דו וועסט אליין אמאהל עפענען א גמרא, וועסטו אנדערש רעדען,
(נ"ב: דף היומי האלט בבא קמא, דארפסטו נישט חושש זיין)
נ"ל איך האב נישט קיין ספיקות כי הוא זה בצדקת דרכנו, ותהי האמת נעדרת,
ווי אזוי ביזטו אזוי זיכער? ביזט דאך געווארין אפגעפרעגט אין דו האסט נישט וואס צוענטפערן? אפשר האסטו דאך א טעות?
וואלן איך וועל דיר אי"ה ענפערן דיינע צוויי טאטאל אומלאגישע פראגעס, אבער קודם ווייז מיר אהן ווי דו האסט געטראפן "דברי כפירה ונאצה"
"און איך גיי נאר ענטפערן אויף די שטות וואס דו האסט געשריבן, די איבריגע דברי כפירה ונאצה לאז איך א צווייטן ענטפערן"
לעת עתה האט איהר אלע געזאגט בויך סברות און איך האב אויף א יעדע זאך אראפ געברענגט אראיה פון די הייליגע תורה. אפשר הייסט דאס ביי דיר כפירה? אויב יא זאג אפען!
תוקן על ידי - baachi - 14/01/2009 17:57:03
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 19:09 |
|
| |
|
|
|
|
|