|
|
| נשלח ב-14/1/2009 00:56 |
|
| |
באקומען אין אישית
דער ROTZER איז א ליגענער, ווייל ער האט נישט באקומען קיין עליה ביי מנחה אויך נישט, ווען עס איז דא אסאך חתנים וכדומה, און עס איז נישט דא קיין פלאץ פארן מחותן ווייל ער איז א לוי אדער כהן, באקומט דער מחותן אלעהמאל ביי מנחה
אה"נ מען האט געגעבן פאר דעם עושר וואס האט געשנאדערט 20,00 דאלער אבער דער מחותן, אבי החתן האט נישט באקועמן קיין עליה ביי מנחה.
BTW די גאנצע זאך פארוואס די דין ודברים איז אריין אין דין תורה איז געוועהן ווייל דער רבי שליט"א האט געצווינגען דערצו.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 05:48 |
|
| |
באקומען אין אישית
דעי צוויי ברודער זילבערמאנ'ס זענען זייער חשובע אידען בנש"ק אייניקלעך פין הרה"ק ר' הערצקעלע ראצפערדער זצ"ל און יעצט צום ענין דער ברודער ר' חיים שליט"א האט אויפגעביוט קלוזענבורג און ווילימסבורג מיט זיינע אייגענע כוחות נאך פאר פערציג פופציג יאר צוריק וואס א יעדער קלוזענבורגער איד ווייסט דאס אלע יארן ארויס געהאלפען אלע קלוזענבוגער אידען סיי מיט די גמ"ח וואס ער האט אנגעפירט אלע יארן און נאך ביזען היינטיגען טאג א יעדער איד וואס האט געוואלט א טובה האט געוויסט דו אדרעסס אבער אזוי דער כלל איז דאך אז פאר א טובה באקומט מען שטיינער האט מען אים לעצטענס ארויס געווארפען פון קלוזענבורג ווייל ער איז נישט געווען אינגאנצען איינשטימיג מיט דעם רבין פון דאהי נאר נוטה געווען אביסעל צו דעם רבין שליט"א פון א"י אלזא דא לגבי דעם ענין ווייס אוך נישט פינקלעך וואס איז פאר געאגען נאר העמיד אדם על חזקתו א יוד וואס האט כל ימיו נאר געטון טובות פאר יודען ביזען היינטיגען טאג קיינמאל קיינעם נישט אפגעזאגט געלייב אז עס דא נאך א צד אזוי ביי יעדען עיקול און ביי יעדען סורוב איז דא נאך צדדים און כל זמן מען האט נישט געהערט ביידע צדדים קען מען נישט און מען טאר נישט אריין רעדען אוך ווייס פון אסאך מענשען וואס האבען געהאט פון איין ב"ד א עקול אדער א סורב און פון אן אנדערען ב"ד געהאט אן אנדערען צעטיל וואס עס איז מעשים בכל יום און פון איין צעטיל קען מען נאכנישט אפאסקענען א מענטש כ"ש אזעלכע צוויי בעלי חסד און לכבוד פעטראסן שליט"א די זעסט מיר אויס א די האסט א שטיקעלע נגיעה דא צו וועגען חסידות אויס וואס וועגען דעם האב אוך מקדים געווען דעי מעשה דא אז מען זאל וויסען אז אסאך קלוענבורגע חסידים פון דאהי זוכען אים צו באשמיצען אפילו זיי אליינס האבען געהאט פון אים טובות במילא האלט איך אז ליידער היינטיגע צייטען איז פון איין צעטיל פון א בי"ד קען מען נאכנישט אפאסקענען א מענטש אין עס וואלט געווען כדאי אז דער מנהל נעמט עס אראפ ער זאל וויסען אז ער האט נישט קיין חלק אין ידינו לא שפכו את הדם הזה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 07:17 |
|
| |
יגדיל אלעס פיין און וואיל, האסט מקבל געווען שטרי בירורין גחתמ'ט, נאכדעם וואס דער פסק איז ארויס קעגען דיר 2 מאל, און די פייפסטאך אהן, און מען געט ארויס א סירוב, ביסטו א מסרב לדין, און ס'איז נישט קיין שום נפקא מינא, וויפיל טובות און חסד דו האסט געטועהן אמאל מימים ימימה
דרך אגב אויב איז ער א חסיד פון ארץ ישראל רעבין פארוואס האט ער געברענגט די שמחה פון ומסב"ג קיין ב"פ
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 07:24 |
|
| |
לויט ווי איך פארשטיי איז ר' חיים נאר א מיט טאנצער צו דעם עסק, ער פילט פשוט ער דארף העלפן זיין ברודער ( דעם בעל שמחה) ער איז נישט דער בויער און נישט דער געלט מענטש דא.
סטוט ווי דאס הארץ צו זעהן א סירוב אויף אזא חשוב'ן איד. וואס איך בין זיכער ער איז גארנישט שולדיג.
אבער א סירוב פון א בי"ד איז ליידער א הארבע זאך, טאמער האבן זיי א צעטל פון איין אנדער בי"ד (איך האף צו ג-ט) ליגט אויף זיי אחיוב גמור עס מפרסם צו זיין,
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 07:41 |
|
| |
וואס איז שייך א צעטיל פון א צווייטער בי"ד, פאר א פסק איז אפשר שייך אז מען זאל גייען צו א צווייטער בי"ד, אבער אז מען איז מקבל בקאג"ס מקיים פסק זיין און מען חתמ'ט שטרי בירורין, און נאכדעם פייפט מען זעך אויס, וואס איז שייך א בריעוו פון א צווייטער בי"ד
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 19:06 |
|
| |
דע מעשה מיט זילברמאן איז אז ער האט אליין אויף געבויעט דע גאנצע בילדונג פון דע מיידל סקול קיין איינער האט נישט צוגעלייגט קיין האנט נאר ווען דע בילדונג איז שוין געווען 90% פארטיג זענען אריין געקומען און דע פיקטשער א גרופע יונגעלייט מיטן אויסרייד צי העלפן
למעשה דער זילבערמאן איז געבליבן מיט חובות פונעם בויען האט ער געוואלט ארויס נעמען א מארגעדש אויפן בילדונג אויף דע חשבון אז עס וועט זיך אויסצאלן פונעם זאל זענען געגאנגען די יונגעלייט און עם גבלאקט מיטן תירוץ די ביסט נישט בע"ב האט זיך דארט אנגעפאנגען דע גאנצע מלחמה ער זאגט אז דע מוסדות דארף צוריק געבן דע געלט וויל ער האט עס געבארגט פארן בויען אין זיי לאכן זיך אויס און מאכן זעך נישט וויסנדיג איז מען געגאנגען צי ד"ת האט דע ד"ת געפאסקנט אז דע מוסדות מיז באצאלן און טאמער ביז 6 חדשים באצאלן זיי נישט מיז זילברמאן באצאלן
למעשה זילברמאן דערזעט זיך אז ער קען ארויס גיין בעירום ובחוסר כל ווייל דא רעדט מען נאר פון איין בע"ח און אז ער וועט עם באצאלן וועט יעעדער ארויפטאנצן האט ער זיך דוירך גערעדט מיט דריי גדולי הפסקים וואס עם געזאגט אז דארף ענדערש נעמען אויף זיך דע סירוב ווי צו באצאלן
און דע ביזיונת וועט מיטגיין מיט זיין שכר פארן בויען מיט מס"נ א בילדונג פאר חינוך הבנות
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 19:25 |
|
| |
על הגאולה לויט ווי פעטראסן האט פריער געשריבען האט דער רבי דא געהייסן חתמענען שטרי ברירון צו בע"כ צו ברצון ווייס איך נישט במילא איז שוין נישט קיין ריאה
רענדענדיג די שרייבסט נישט קלאר אבער לויט ווי איך פארשטיי פון דיינע ווערטער איז ער דא ווייטער געפאלען פאר א קרבן פאר די קלוזענבורגע מוסדות און ער האט זיך אנגעבארגט אסאך געלט צו בוען די מוסדות פינעם רבין שליט"א און נאכדעם האט מען אים אזווי געווענליך ארויס געווארפן און געלאזט מיט אלע חובות און פארטיג און די מוסדות קען ער לכאורה נישט רופן צו דין תורה ווייל אלעס איז נאר געווען בע"פ און יעצט איז אלעס געפאלען אויף אים אזוי פארשטיי איך בין איך גערעכט ?
נאכאמאל פרעגטס ביי א יעדען איד וואס קען זיי [נישט וואס שרייבען אויף הייד פארק און קענען זיי נישט] וועט איר העדן וואס פארא טייערע יודען זיי זענען און נאכאמאל ליידער היינטיגע צייטען ווען עס איז פארמישט אין דעם מחלוקה א חסידות קען מען גארנישט געלייבן נישט קיין ב"ד נישט קיין שטרי ברורין גארנישט וויל אלעס קען זייין געצווינגען
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 19:58 |
|
| |
דאס אליינס אז מען דארף צווינגען צו חתמנן שטרי בירורין איז א בזיון וחרפה, בפרט פאר אזא איינעם וואס דארף צו הייסען א חשובער מענטש, אז 2 אידען האבין א דין ודברים, און מען רופט צו דין תורה, גייט מען, נישט מען איז זיך מתחמק
און דעם תירוץ אז מען האט מיר געצווינגען צו חתמנ'ן שטרי בירורין, דא רעדט מען נישט פון קינדערגארטען, רבי ער האט מיר געמאכט, ער האט אנגעהויבען, האסט געחתמ'ט שטרי בירורין האסט געפירט כמה זיצונגען פון בית דין, פאלג דעם פסק, ווען דער פסק וואלט געווען לטובתו, וואלט ער אויך געזאגט די רבי האט מיר געצווינגען
*
3 גדולי הפוסקים וואס האבין געזאגט אז ער מוז נישט פאלגען א פסק בית דין, גאנץ פיין אפשר קען מען וויסען ווער דאס איז, ווייל דאס קען יעדער זאגין
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 20:10 |
|
| |
על הגאולה איך כהאב נאר אזופיל געשריבען אז דארט ווי א חסידות מיט א רבי פינעם חסידות זענען פארמישט איז א צעטיל פין א בי"ד אויך נישט קיין סאך מייסגעבנט אויב האסטו געזען דעם איד אין די בלאט די לעצטערע צוויי דריי יאר
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2009 01:03 |
|
| |
רבותי איהר זענט אלע זעהר גערעכט, זיי זענען פיינע אידען , מוסדות , רבי, חסידות, עסקנים, נניח אלעס איז אמת
אבער איך בין זיכער אז די אלע טענות האבן זיי דאך מציע געוועהן פאר בי"ד, און בי"ד האט געפאסקעט וואס זיי האבן געפסקענט
טא ווי קענען קומען אנדערע רבנים (גדולי הפוסקים?) וואס האבן געהערט נאר איין צד זאגן אנדערש?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2009 01:03 |
|
| |
באקומען אין אישית
חיים זילבערמאן,
לאמיר שרייבן אביסל היסטאריע.
די חיים זילבערמאן איז אלט 54 יאהר, אזוי אז קיין פערציג פופציג בויעט ער נישט קיין מוסדות.
איך אלץ א קלויזענבורגער חסיד איינער וואס וויסט אלע פרטים אין די פרשה, און איךםקען איך דיר זאגן אז איך נעם מיך נישט אהן פאר קיין איין זייט לאמיר דיר פארציילן דברים כהוויתן.
חיים איז א עסקן אלע יאהרן ביז רבינו שליט"א איז נתמנה געווארן אלס מרא דאתרא ומנהיג העדה, דעמאלטס האט ער מחליט געוועהן נישט צו פאלגן געוויסע זאכן און תקנות וואס רבינו שליט"א האט באפוילן וכדומה, למעשה האט נאך בשעתו די הנהלה עם ארויס געווועלט, דאס איז מיט יארן צוריק נאך פאר עס איז בכלל געוועהן א פרשה.
נישט נאר דאס קיין איינער נאך די אלע זאכן האט ער זיך ארומגעדרייט און גערעדט אויף רבינו שליט"א (איך ווייס נישט צו דיי ווייסט אבער אויב ביסטו א זאלוני זאלסטו ווייסן אז ביי אונז א רבי מיינט אינגאנצן עפעס אנדערש, עס מיינט א איש קדוש א עובד ה' וואס מען גלייבט און עהם, און נישט קיין פרעזידענט), דער עולם האט עס נישט אויסגעהאלטן, ער האט פרובירט צו טוהן געוויסע פעולות צו איבערשרייבן געוויסע זאכן און בניינים, וואס ווי פארשטענדליך קען מען עס נישט שרייבן כדי נישט עובר צי זיין אויף זאכן וואס זענען בגדר מסירה.
מען האט עם געוואלט בשעתו ארויסווארפן אבער עס איז אנגעקומען צו די אויערן פון רבינו שליט"א און דער רבי האט עס אפגעהאלטן, דאס איז אזוי אנגעגאנגען יארן לאנג, ביז ער איס אליינס אוועקגעגאנגען דאווענען.
די אלע יארן האבן זיינע קונדער זיך געבעטן צו עהם ער זאל אויפהערן מיט די מעשיות, עס האט נישט געהאלפן, למעשה ווען ער איז אוועקגעגאנגען איז קיינער פון זיינע קונדער נישט מיטגעגאנגען מיט עהם, מען רעדט דא פון א שטוב פון 12 קונדער.
די בנין אויף בעפארד עוועניו האט געבויעט נאר הערש מיילעך.
נאך א שטיקלה היסטאריע, ווען מען האט געקויפט דעם שטח האט די מוסדות, וואס די הנהלה איז באשטאנען פון 6 מענטשן געוואלט אפקויפן פון בעלזא זייער מיידל שולע אויף פרענקלין עוועניו, אבער דער ר' העשר מיילעך האט געשריבן פארקערט אז דארט וועט די מוסדות קענען מאכן געלט.
למעשה באצאלט פאר יענעם שטח האט א איד ר' י. ש. א גרויסע עושר, און פון דארט און וויטער האט ר' הערש אלימלך 'אליינס' געהאלטן די גאנצע מעשה, מען איז דעמאלט געקומען צום רבין פארפירן אז איין מענטש קען נישט אליינס פירן ווי גייט די געלט וכדומה, דער רבי האט אלעמאהל געענטפערט א איד ווי ר' הערש אלימלך איז באגלייבט.
מען האט געבויעט דירות, קיין איין דירה ליגט למעשה נישט אין די הענט פון די הנהלת המוסדות, עס ליגט ביי עהם און די האנט סיידי רווחים פון פאקויפטע און סיי רענט וואס ער מאנט היינט איין.
יעדער איינער וואס ואוינט אין די דירות האט געהאט פרשות (בראווער איז באוואסט) עס איז אפילו געוועהן איינער פון די אידן וואס האבן געהאט א הארץ אטאקע וועגן די פרשה, פאר א פאר יאהר צוריק איז ארינגעקומען א נייע הנהלה וואס ר' הערש אלימלך האט אליינס אריינגעברענגט, מיט די צייט האט ער זיי געזאגט אז ער וויל ארויסגיין און זיי זאלן פארענדיגן די בנין.
צוריק צו די הייזער מען האט עם גערופן צו דין תורות ער איז אין קארט, עס זענען אראפגעקומען צו רבינו שליט"א די גרעסטע רבנים ובתוכם וויענער רב שליט"א אדמו"ר מסקולען שליט"א בראשעווער רב שליט"א ועוד און זיי האבן געשריגן אז דער איד איז מרים יד בתורת משה בנוסף וואס עס קאסט אפ אידישע שטיבער.
דער רבי האט פארשפראכן קער צו נעמען, וכך הווה מען האט געצווינגען צו גיין צו די תורה, די פרשה איז נאר איין פרשה פון צענדליגער פרשות.
למעשה איז מען אריין אין דין תורה מיט בראווער און ער האט נאך די דין תורה גערפון די בי"ד אין קארט ויי "זיי האבן געפאסקנט פאלטש, די בעלי דינים זענען אליינס ארפגעפארן צו רבינו שליט"א און האט געטוהן כל מה שבידו צו מסדר זיין די זאך.
די איצטיגע פרשה איז אחד מני אלף, וואס רבינו שליט"א האט געצוויגען ארינצוגיין אין דין תורה ר' הערש אלימלך האט אליינס אויסגעקליבן די בי"ד.
ביים בי"ד האט ער געטענה'עט אז די מוסדות איז שולדיג (פארוואס קודם זאלן אלע הייזער אין ווערד פון דריי און צוואנציג מילאן דאלער צוריקומען צו די הנהלה...) די הנהל האט געשריגן לאוו בעל דברין דידי את, אבער רבינו שליט"א האט געהייסן די הנהל אראפגיין צו דין תורה, וואס דארט האט זיך לנאך א לאנעגע צייט זיך מתדיין זיין איבערגעוויזן אז די הנהלה איז גארנישט שולדיג, אזוי איז געוועהן די פסק, און שרייט אז דער בי"ד איז משוחד. ביים בארגן די געלט האבן געחתמה'ט ר' הערש אלימלך און ר' חיים.
עס איז געוועהן פרשות פאר זיך ווען מען האט פרובירט איבערצושרייבן די בנין אויף זיין פרייוואטע נאמען און מען האט די לעצטע רגע געראטעועט.
פאר צווי יאר צוריק ביי די חנוכת הבית פון די בנין איז אויך פארגעקומען א דינער, רבינו שליט"א האט גערעדט פונטקליך 8 מינוט ווי ער האט שטארק מרחיב געוועהן אויף די פעולות פון ר' הערש אלימלך און שטארק אריינגעגעבן פאר מענטשן וואס רעדן אויף עם.... דאס איז נאך אלע מעשיות.
די הנהלת המוסדות האט עס נישט אויסגעהאלטן אבער וואס קען צען טוהן דאס איז געוועהן היוצאים מפי קדשו.
א תקופה נאך דעם האט רבינו אראפגצוויגנען די הנהלה מיט ר' הערש אלימלך זיך זעצן און אדורעכקומען, מיט רבנים און פארהאנדלערס ביי דין תורה, ווי אלעמאהל האט רבינו געזאגט אז ר' הערש אלימלך קען זיך אויסוועלן די ווען און וואס ער וויל.
ביי דעם האלט עס יעצט און ער קומט זיך טענה'ט אז קען נאכנישט זיצן ווייל ער דארף זיכן די גוטע מענטשן און עס נעמט לאנג.
למעשה איז ער אן עושר אדיר, וואס דא איז די פלאץ דאס צו אויסברייטערן.
BTW ממש פאר ער איז ארויסגעגאנגען פון די הנהלה האט ער ארויסגענומען צוו גרויס מארגידזשעס אויף די בנין און נאך א בנין די געלט...
למעשה יעצט ביי דין ספעציפישע דין תורה איז דא א כתב סירוב (נישט ערשטע עס דא נאך אפאר סרובים אויף עם פון בראווער פרשה און נאך) ממילא מען האט עם מכבד געווהן שבת אבער קיין עליה האט ער נישט געהאט.
עס קען זיין ער האט טענות, ער איז א וואוילע איד אבער די תוואת הכסף פארדרייט עהם א קאפ.
איך נאר געשריבן אויף די שפיץ גאפל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2009 03:36 |
|
| |
באקומען אין אישית
איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט די מעשה פון זילבערמאן, וואס איך ווייס יא איז
1. ער איז געווארען א מולטי מיליאנער, יא די הערסט גיט א מולטי מיליאנער 25 מיליאן מינימום, אויף די חשבון פון קלאזענבארג, ער איז געווען א פלעינער נישט גיטע מלמד און קלאזענבארג, ווען ער האט ארויס גענומען א מארטגעדש אויף א קלאזענבארגע בילדונג און געקויפט לאטס, און געבויט דירות באגאנבעט טויט און לעבעדיג, עס איז נישט דא קיין איין ציפרידענער מענטש וואס האט געקויפט ביי אים א דירה.
2. ער האלט אונמיטען עטליכע דין תורות אלע בתי דינים אין אמעריקע קענען איהם מיט זיינע טריקס.
3. אלס די מארטגעדש לאז מיך דיר עפעס דערציילען, ער איז א שוואגער מיט:
1. ניימאן פון טאהש וואס האט געטוהן וואס ער האט געוואלט טוהן, ארויס נעמען א גרויסע מארטגעדש און אפ-פיצען. נאר די קלאזענבארגער יונגעלייט האבען עם געכאפט באצייטענס, נאכען איבער שרייבען די בילדונג אויף א פריוואטע קארפארעשען פון עהם מיט זיינע טעכטער, און עס געסטאפט.
2. אויך איז ער א שוואגער מיט דעם באוויסטען עוכר ישראל גנב גזלן נואף וכו' הידוע לשימצה אברהם בער פריעדמאן.
זיי האבען אלע חתונה געהאט צי דריי שוועסטערס.
איך בין זייער באקאנט מיט די מעשה ווייל איך בין א וויקטום פון עהם.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2009 04:36 |
|
| |
שלום עליכם אידן!
איך האב שוין געשריבן אנהייב וואך בנוגע דעם פאבליק גנב! און עוכר ישראל! יא איר ליינט גוט עוכר ישראל!!! הירש מילך און זיין שותף אח לצרה חיים.
עס איז מיר נישט אויסגעקומען די וואך געהעריג צו שרייבן דא אויפן פארק בנוגע דעם ענין, אבער דורך די וואך איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט פרשידענע מענטשן בנוגע די פרשה, ליינט פרשיות! און וואו אויך האב איך באקומען מערערע דאקומענטן און בריוון וואס איך ברויך נאך אריינסקענען ועוד חזון למועד.
איך קען אייך זאגן עס איז לא יאומן כי יסופר מיט וואס א רשעים מען רעדט דא!!! דאס ווערט אנגערופן אויף ענגליש ORGENIZED CRIME!!!
איך וועל פרובירן נאר אויפן שפיץ גאפל צוברענגען ראשי פרקים פון מעשות! און נעמען פון מענטשען וואס ער האט באעוול'ט ליינט באגנב'ט!!! און רבנים וואס האבן שוין מיט אים גערעדט!!! אין שוהלן וואס מען האט אים שוין ארויסגעווארפן!!!
לאמיר אנהייבן מיט א שטיקל הקדמה:
די קלויזענבורגע הייזער
די קלויזענבורגע הייזער איז אויף וואלאבאוט פון די צווייטע הויז פון ווייט פיר גרויסע הייזער וואס איז איעדע הויז וואוינען איבער צען גרויסע משפחות, די לאט האט די שטאט אוועקגעגעבן פאר קלויזענבורג בחנם! א שטייגער ווי די מלמדים דירות אויף ראס און ווילסאן,
במשך השנים איז פאר הירש מילך געלונגען דאס איבער צושרייבן אויף זיין פריוואטע נאמען / קארפרעישאן בית הלוי וואו הירש מילך שר"י זיין אח לצרה חיים און זיין טאכטער אייזענבערג פיגורורן אויסשליסליך! אויף די קארפערעישאן.
קאורט! רשעות!! דין תורות!!!
פון ווען ער האט אנגעהויבן בויען פאר בערך אכצן יאר צוריק! ביז היום יום! וויפיל גניבה! רשעות!! רציחה!!! דין תורות!!!! קאורטס!!!!! אידיש בלוט!!!!!! איז דארט פארגאסן געווארן! די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלען!
פרשת הערצאג!
ווי ער האט אים אריינגעשלעפט און קאורט! נאך יאר'ן וואס ער האט פאר אים געארבעט אלץ עלעקטערישאן! (מיר האבן און באזיץ מערערע דאקומענטן און בריוון פון די פרשה וואס איך האף בקרוב ארויפצולייגן)
פרשת פריינד!
א חשובע סאטמאר'ע איד ר' אברהם יושע פריינד וואס נאך יארן ליגן מיט זיין אויסגעהארעוועטע געלט! האט ער אים ארוסגעווארפן ווי א הונט! אנטשולדיג'ט נישט ווי א הינט! נאר מיט הינט!!! פרעגט אייך נאר נאך ביי די שכנים! אדער ביי חברה שומרים!!
פרשת ליפא אקערמאן!
פרשת מענצער!
פרשת עקיבא בינער! וואס נאך יארן ליגן מיט זיין געלט איז ער אליינס אנטלאפן פון דארט נאכדעם ווי דער הייליגער ברך משה זי"ע האט מיט זיינע הייליגע אויגן געזעהן מיט וואס א חיות מען רעדט דא! האט ער אים געהייסן הייבן פיס פון דארט!
פרשת בראווער!
איז שווער צושרייבן ווייל עס איז נאכנישט פארטיג!
פרשת הרה"ג ר' ישראל בצלאל ווערצבערגער!
וואס עד היום איז ער אים נאך שולדיג ריזיגע געלטער!!!
און ועל כולם
פרשת שימון!!
וואו ער האט פון אים געבארגט איבער א האלב מיליאן דאללאר! צו בויען די קלויזענבורגע מלמדים דירות אויף וואלאבאוט, ווי צוויי פון די פיר הייזער האט ער פאר קויפט, און פון די איבריגע צוויי הייזער טוט הירש מילך קאלעקטן פון זיבעצען אפארטמענטס דריי טויזענט דאללאר! א חודש! דאס איז א קיימא לן פון איבער פופציג טויזענט דאללאר! א חודש! דאס איז גראד פאר אים און קעשענע! נישט פאר די מוסדות! און נישט פאר זיינע בעלי חובות!!
איך ווייס נישט ווי אזוי מען שעמט זיך נישט צושרייבן אויף אים ארימאן?!!
איך ברויך גיין המשך בקרוב אי"ה איבר די נושאים:
1) פון רבנים וואס האבן שוין מיט אים גערעדט
2) אין שוהלן וואס מען האט אים שוין ארויסגעווארפן
3) ווי אויך דאקומענטן און בריוון
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2009 04:40 |
|
| |
מר פעטרסאן08
זעהט אז דער פארשוין אין אישית זאל אייך ניט צו נער מאכען.
און צי אייך מר אישית
חיים זילבערמאן איז מיט א 10 - 15 יאר עלטער ווי איר שרייבט, און געווען איז ער אן עסקן נאך אלץ בחור ביי דער פריעדיגן רבי.
ווען איר וועט ליינען די אנדערע בלעטער פון בי"ד - וואז איר ווילט נישט דא ארויפשטעלן - וועט איר זען אז מען האט גערופן די פירערס פון די מוסדות מ. וו. און י. ה. און זענען ניט געקומען צום דין תורה, און אז בי"ד שרייבט קלאר אין פסק אז די מוסדות האבן דערהאלטן דאס געלט און זיי דארפן באצאלען, ווי אויך אין די שטרי בירורין איז אינטער געשריבען קלאר אז די ד"ת איז נאר איבער ווי דאס דאס געלט ליגט.
פאר די לאט האט י.ש. גארניט קיין געלט געטון געבן אלס האט ה.מ.ז. פארזארגט, געדענקט גיט די מעשה מיט וויען וואס האט זיך געשלעפט צוויי יאר און איר אלע זענט אנטלאפען פאר פחד ווי פונעם טויט אין נאר ה.מ.ז. מיט ח. ז. האבען עס געליווערט פאר אייער רבין.
מיר ווייסען אז עס קרענקט אייך אז מאנכע האבען אויסגעדרייט דעם דאטשיק און פאררופן זיך פארהערערס פון דעם פירער אין קרית צאנץ, אבער דערפאר מיז מען ניט עפענען די פיסקעלך און זיך אויפפירען ווי אן הארעפאשניק און ענדלען ווי די אנשי הגר וועלכע האבען דערביטערט דאס לעבען פון אייך מיט אייער רבין.
נ.ב. ווער האט יא עולה געווען ביי מנחה ?..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2009 06:43 |
|
| |
יא יא שיינע מעשיות
ווי עס זעהט אויס האנדלעט זיך פין א איד וואס האט זיך אוועקגעגעבען פאר די מוסדות זיין לעבען די לעצטע פערציג יאר, און גראדע איז ער אויך א גביר, פארשטייט זיך א גביר האט סכסוכים מיט מענטשען, ווייל דער ארימאן וואס ארבעט אויף א דזאב און פארדינט זיין צען דאלאר א שעה קומט נישט צו קיין גרויסע סכסוכים.
א קיצור, דער איד האט נישט אזוי געהאלטען פין רבין זאל זיין געזונט, און די "עסקנים" פראבירען מאכען פרעשור אים צו לייגען אין דער ערד אריין פארדעם וואס ער האט אלע יארען געטוהן פאר קלויזענבערג, דער שייגעץ, ער איז נאר אוועק געגאנגען אויך, אוי וויי, און זיין גאנצע געלט וואס ער האט, האט ער אוודאי געגנב'ט, עס מוז דאך זיין, און ער רעדט אויף'ן רבין, איז ער דאך אן עוכר ישראל אויך.
אקיצור מען גייט צו דעם וואזנער, וואס אויף אים איז דא לשון הרע גענוג, ער גיט א פסק, א פסק וואס איז נישט עולה על הדעת, איך ווייס נישט קיין פרטים, אבער דער פסק וואס איז דא פריער געברענגט, וועגען זעקס חדשים, זעהט אויס ווי א פסק פין סדום, און ער פאלגט נישט, און ווי די חברה אליין שרייבען דא, זיי מיינען נישט דעם סכסוך, זיין מיינען פשוט כפשוטו נקמה.
וואס טוט מען פאר א מורד אין רבין? א עוכר ישראל? א גביר? א עקשן וואס האלט זיך ביי זיין גערעכטיקייט? מען פארשפרייט פאשקעווילען. פארוואס נישט??????
אבער צום שלוס, אביסעל דרך ארץ פאר אן עסקן פין אלע יארען.
אוי לו לעיסה שנחתומה מעיד עליה. אויב דער קלויזענבערגער רבי שליט"א אליין האט אויף אים געזאגט אלען יארען גוטע ווערטער און דברי שבח, דארף מען גארנישט מער פין דעם, דאס מיינט אז דא האנדעלט זיך פין קנאה ושנאה.
 |
|
|
|
|
|