דורכלויפנעדיג דען לאנגן בייכעדיגן קונטרס - למה נקרא שמו לחם עוני שעונין עליו דברים הרבה האב איך באמרקט ווי דער שרייבער טענהט זיך אויס די מדארף נישט מלחמה האלטן מיט די אראבער, ווייל סהעלפט נאהר אויף א שטיק צייט און שפעטער קומען זיי צוריק. דער לאגיק איז שטאהל און אייזן.
איך וויל נאר דער מאנען דעם שרייבער אז ער זאל אויפהערען שניידן די נעגל יעדע וואל, אויך די האר אויך שבת חנוכה, סוואקסט מיילא צוריק.
שרייב אויך אריין אבריעף צו מעיאר פון דיין שטאט, אז ער זאך אויף הערען זיך צו ארום צו יאגן מיט די גנבים און די רוצחים, זיי קומען מיילא אלעמאהל צוריק פרישע, און סווערען אויך געהרגעט פאליציי, ממש מתיר את בשרכם, ער זאל זיי געבן די זיינע דורך געטריבענע עצות וויאזוי שלום צומאכען און זיך אונטער געבן מיט אלע פארברעכערס און מאפיאנערן וועט זיין שטיהל און שלום.
נשלח ב-12/1/2009 02:57
באטשי, דיין געלונגענע פעדער איז צו באוואונדערן, אבער דיינע קרומע מייינונגען נאך מער...
די הלכה אז נכרים שבאו על עסקי קש ותבן בעיר הסמוך לספר יוצאין עליהם אפילו בשבת איז געזאגט געווארן אפילו אין בבל,
תלמוד בבלי מסכת עירובין דף מה/א במה דברים אמורים כשבאו על עסקי ממון אבל באו על עסקי נפשות יוצאין עליהן בכלי זיינן ומחללין עליהן את השבת ובעיר הסמוכה לספר אפילו לא באו על עסקי נפשות אלא על עסקי תבן וקש יוצאין עליהן בכלי זיינן ומחללין עליהן את השבת אמר רב יוסף בר מניומי אמר רב נחמן ובבל כעיר הסמוכה לספר דמיא ותרגומא נהרדעא
סאיז איין אויסגעפסקענטע הלכה אין רמב"ם אין און טור,
להלכה מען מעג לכתחילה גיין אין מלחמה אריין צוליעב דעהם אפילו עס איז דא אמעגליכקייט פון קרבנות
דא איז דער המשך פון די גמרא הנ"ל מיט לשון התוספות
דרש רבי דוסתאי דמן בירי מאי דכתיב ויגידו לדוד לאמר הנה פלישתים נלחמים בקעילה והמה שוסים את הגרנות תנא קעילה עיר הסמוכה לספר היתה והם לא באו אלא על עסקי תבן וקש דכתיב והמה שוסים את הגרנות וכתיב וישאל דוד בה' לאמר האלך והכיתי בפלשתים האלה ויאמר ה' אל דוד לך והכית בפלשתים והושעת את קעילה מאי קמבעיא ליה אילימא אי שרי אי אסור הרי בית דינו של שמואל הרמתי קיים אלא אי מצלח אי לא מצלח דיקא נמי דכתיב לך והכית בפלשתים והושעת את קעילה שמע מינה:
תוספות עירובין דף מה/א אי מצלח אי לא מצלח - וא"ת א"כ היכא דריש ר' דוסתאי דמחללין עליו השבת דלמא חול היה אי משום דמספקא ליה דכתיב וישאל דוד הא מסקינן אי מצלח אי לא מצלח ויש לומר דמוכחא מילתא מדקאמר נלחמים בקעילה דקרי ליה מלחמה ומסר דוד עצמו על עסקי תבן וקש שמע מינה דמחללין עליה נמי את השבת:
א מזל סנישט געווען דארט דער אנגעריסענער פון נטרוניתא ער וואלט דוד המלך שוין געשטעלט אויפן פלאץ.
נשלח ב-12/1/2009 14:39
די פארגלייכסט דוד המלך ע"ה וואסי געגאנגען ע"פ השם לקדש ולרומם ה', צו להבדיל א"א הבדלות אט די עוקרי הדת? עד היכן יגענו?
נשלח ב-12/1/2009 16:01
סקאטא
"דוד המלך ע"ה וואסי געגאנגען ע"פ השם לקדש ולרומם ה'"
לשון התוספות, " ומסר דוד עצמו על עסקי תבן וקש "
ענק לערנען קאמפיוטער פאר תוספות?
נשלח ב-12/1/2009 17:45
אט די עסקי תבן וקש איז זיכער געווען ע"פ רוה"ק ולעשות נח"ר ולגדל ולקדש שמו ית', וחלופיהן בגולם וואס מ'איז שופך דם ישרא' פאר ענקער פארשטינקענע מדינה'לע...
נשלח ב-12/1/2009 17:51
באטשי
מען האט נישט געקענט ארויס גיין אין קיין מלחמה אן קיין אורים ותומים, אלעס איז געווען ע"פ ה' .
די ווילסט טאקע פארגלייכן דוד המלך צי רוצחים אין אפיקרסים, צי די צוינים וואס זייער גאנצע שטרעבן איז אויס צירייסן די תורה רח"ל.
נשלח ב-12/1/2009 18:08
אירגינעלער
" מען האט נישט געקענט ארויס גיין אין קיין מלחמה אן קיין אורים ותומים, אלעס איז געווען ע"פ ה' . "
אונזער תורה האלט אבער אנדערש
רמב"ם הלכות מלכים (א) אין המלך נלחם תחלה אלא מלחמת מצוה ואי זו היא מלחמת מצוה זו מלחמת שבעה עממים ומלחמת עמלק ועזרת ישראל מיד צר שבא עליהם ואחר כך נלחם במלחמת הרשות והיא המלחמה שנלחם עם שאר העמים כדי להרחיב גבול ישראל ולהרבות בגדולתו ושמעו: (ב) מלחמת מצוה אינו צריך ליטול בה רשות בית דין אלא יוצא מעצמו בכל עת וכופה העם לצאת אבל מלחמת הרשות אינו מוציא העם בה אלא על פי בית דין של שבעים ואחד:
ווי האסטו דא אורים ותומים?
די חשמונאים האבן נישט געהאט נישט קיין מלך און נישט קיין אורים ותומים
"די ווילסט טאקע פארגלייכן דוד המלך צי רוצחים אין אפיקרסים, צי די צוינים וואס זייער גאנצע שטרעבן איז אויס צירייסן די תורה רח"ל. "
פאקט איז אז מען לערנט ארויס פון דוד המלך א הלכה לדורות ווי אזוי זיך פיהרין, דאס איז מחייב אלע אידן אפילו "ציונים".
מיין אנמערקונג איז געווען אז די האסט פארפאסט דעם עיקר פון דעם גליון.
דער פראבלעם דא איז אז די מלחמה גייער דא, גייען נישט אין מלחמה אלץ די הלכה פון נכרים שבאו על עסקי וכו'! זיי האבן נישט געפרעגט קיין שאלות נישט ביים גרינדען די מדינה און נישט יעצט. קען זיין אז יעצט דארף מען יא גיין אין מלחמה, און דאס דארפן תלמידי חכמים באשלוסען, אבער דער גליון וויל אונז דערמאנען, אז אונז זאלמיר נישט ווערן 'עקסיידטעט' פאר די נצחנות (הלוואי) פון די איזרעליס, און מיר זאלן נישט פארגעסען אז מ'האנדלט דא מיט מענטשן וואס גלייבן נישט און קיין תורה, משיח, גאולה און אפילו נישט אינעם באשעפער.