|
|
| נשלח ב-12/1/2009 19:59 |
|
| |
סקאטא
דאס זענען דיינע לעצטע פיהר תגובות
ביי דיר איז נעגל מיט האר די זעלבע ווי אידיש בלוט וואס ווערט פארגאסן ע"י זדים ומלשינים עוקרי הדת...עד היכן יגענו...
די פארגלייכסט דוד המלך ע"ה וואסי געגאנגען ע"פ השם לקדש ולרומם ה', צו להבדיל א"א הבדלות אט די עוקרי הדת? עד היכן יגענו?
אט די עסקי תבן וקש איז זיכער געווען ע"פ רוה"ק ולעשות נח"ר ולגדל ולקדש שמו ית', וחלופיהן בגולם וואס מ'איז שופך דם ישרא' פאר ענקער פארשטינקענע מדינה'לע...
100% פון די סאלדאטן זענען דארט ווייל די עוברי הדת אהוד אלמורט מיט ציפי ליבני האבן זיי אהין געשיקט, ביי דיר איז דאס דוד המלך מיט רמב"ם'ס, עד היכן יגענו
מעגסט שוין טוישען דעם ניגון
דיין טאקטיק פון זיך מאכען טעמיש און אויסמישען משל מיט נמשל, ווערט שוין צוגעגעסן.
אנרגיה
ביזט גערעכט מען האט אונז נישט געפרעגט צו מאכען א מדינה צו נישט, במילא איז דאס איבערהויפט נישט אונזער דאגה. והשנית די אלע וואס האבען געמאכט די מדינה זענען אדער שוין געשטארבן אדער און א מושב זקנים.
באשר הוא שם, וואינען דארטן דער גרעסטער קיבוץ אידען אויף דער וועלט, און די אראבער ווילען זיי אויסהארגענען. איז עס א מלחמת מצוה צו גיין אין מלחמה מיט זיי אין זיי פארטיליגען אותם ואת ביתם ואת כל אשר להם. ולה' התשועה.
צו אלע אנשי המלחמה זענען ערליכע אידען?
זעהט אויס אז נישט, דער היימישער עולם וויל זיך נישט שלאגן, דאס הייסט שלאגן יא, אבער נישט מיט קיין גויים, סאיז צו מסוכן, זיי זענען אבער נישט איגאנצן קיין פחדנים, מיר זענען גרויסע מומחים אויף ארום צו שלאגן מיט אידען, איינס אין דער וועלט, מגייט צוביסלעך,
איז דאך אסיעתא דשמיא מיט נסים אז די פרייע ווילען זיך שלאגן פאר אונזערט וועגן, איך זאג זיי טויזנט מאהל שקויעך פאר איינשטעלן זייער לעבן פאר אונז.
צו איך פריי מיך מיט זייערע נצחונות? אוודאי געוויס! דו פרייסט זיך נישט ווען דו מאכסט א סעיל! אדער ווען דו געוואונסט א לאטערי, צו ווען די פאליציי כאפט א רויבער וואס האט דיך געוואלט באפאלען?
יודו להשם חסדו ונפלאותיו לבני אדם.
איך פריי מיך נאך מעהר ווען די אראבער ווערן געהארגעט, באבוד רשעים רנה.
יעצט זאג מיר נאכאמאהל אויף פלעין אידיש, ווי קומט אריין משיח דא אין די פיקטשור?
סקאטאמא
לאמיך ענטפערן אינשטאטס דיר, איך קען שוין דיין סטייל,
"דו פארגלייכסט מושב זקנים מיט סיעתא דשמיא, דאס איז ביאת משיח? דאס זענען מושחתים ציונים וואס געוואינען א לאטערי אין שטעלן איין אידיש בלוט, ווי מעג מען זאגן באבוד רשעים רנה?און זאגען מען מאכט א סעיל, און ווי מעג מען נעמען ווערטערפון הודו בערש"ק און ווי אותם ואת ביתם ואת זרעם וואס די חז"ל הקדושים חז"ל האבן מתקן געוועהן ביי ברכת המזון און אויסדרייען אויף התגרות באומת, עד היכן יגענו?"
ואמר כל העם אמן..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2009 20:31 |
|
| |
באטשי איך בין מיט דיר 100%
1) די פרייע אידן אי א"י ווי אויך צה"ל זענען סוף כל סוף אינזערע ברידער וואס אויף זיי אלע מעג מען אין מען מיז מחלל שבת זיין זיי צו ראטעווען (פסק פין בד"ץ עדה החרדית פאר הצלה י"ם)
2) זיי זענען תינוקות שנשבו וואס די רמב"ם זאגט אויף דעם אז "מצוה לפרנסם"
איז אוודאי אז מען דארף מתפלל זיין אויף זיי אז זיי זאלען נישט געשעדיגט ווערען אין זאלען ארויס קומען פון דארט בשלום
אויך דארף מען בעטען אויף אחב"י און א"י זאלען מער נישט געשעדיגט ווערען אין נישט האבען קיין צער פין די אלע חאמאס ראקעטען.
און צו די אלע צוהיצטע קנאים,
עס ווינדערט מיר אז ווען עס קימט צו ענקערע משוגעת'ן (ווי למשל צו זיצען אויפן NET) וועט עטץ טרעפען עפעס א היתר אדער א רב וואס עס איז דאס מתיר, אבער ווען עס האנדעלט זיך פין דיני נפשות פין ארום 6,000,000 אידן דאמאלטס ווערט איר פרום אין איר גייט לחומרא, געדענקט רוב גדולי ישראל האלטען אנדערשט ווי ענקער שיטה "ויש על מי לסמוך בפרט ווען עס רעדט זיך בדיני אדם"
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2009 00:03 |
|
| |
| Baachi כתב: |  | |
אלזא
האלטסטו אז אידען זענען זיך אליין שולדיג פארוואס מען האט זיי פיינט.
אנדערש: די ציונים זענעו אליין שולדיג אויף די אידיש בלוט וואס ווערט פארגאסן אין א"י.
דו האלטסט נאר דעהם אין אין איינציגען אנטיסעמיטשען בלבול?
די איינציסטע וואס אפאר אפיקורסים האבן מיט די אייגענע הענט גורם געווען פאר גאנץ כלל ישראל.
וואס הערט זיך מיט די בלוט אויף די מצות? האט מען זיך מוסר נפש געווען פאר קוב"ה
פראטאקלן פון ציון? האט מען זיך מוסר נפש געווען פארא קוב"ה
שענדן דאס הייליגע ברויט? האט מען זיך מוסר נפש געווען פאר קוב"ה
געהאנגען דעם גאט? האט מען זיך מוסר נפש געווען פאר קוב"ה
מאנס דעוועהן מאריא? האט מען זיך מוסר נפש געווען פארא קוב"ה
כיבוש המדינה: האט מען זיך מוסר נפש געווען פאר "כוחי ועוצם ידי" און פאר העברת פי ה'
אז דו ווילסט זיין איין אנטיסעמיט, טו עס בשלמות,
אנטיסעמיטיזעם איז דאס גאר? כוועל דיר מסביר זיין מיט א משל: סגעווען אמאל א קעניג וואס האט געהאט איין בן יחיד... געווען זענען זיי פון די שווארצע באפעלקערונג, אין א שיינעם טאג האט זיך דער בן מלך פארזינדיגט... ער איז אריינגעשפרינגען אין וואסער! וואס איז דערנאך געשען? די וואסער שטראם האט אנגעהויבן אריינפליסן אין זיין מויל אריין, און סהאט זיך נישט דא אפגעשטעלט, סאיז געגאנגען ווייטער אראפ אין האלז, עס האט גענומען עטליכע מינוט און דער אטעם האט זיך גענצליך אפגעשטעלט, אזוי ארום האט פאסירט דאס אומגלויבליכע און דער בן מלך איז אומגיקומען! אפאר טאג דערויף, קןמט אריין א היידפארק שרייבער אין בילד, א שרייבער האט זיך געטרויעט צו שרייבן דאס פאלגנדע: "דער שווארצער בן מלך האט זיך אליינס געהרגעט, קיינער איז נישט שולדיג נאר ער אליין", זעלבספארשטענדליך אז דער שרייבער איז זאפארט ארעסטירט געווארן, ער ווערט אנגעקלאגט אויף "ראסיזעם"...
שמעתי אז אל שארפטאן זוכט א שרייבער אויף אידיש. .
דיין צעבראכענע אידיש איז אים שלעכט?
איך האף אז דו פארשטייסט וואס איך מיין נישט דו גייסט אנרופען דעם גראבן שארפטאנס אפיס
|
|
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2009 01:26 |
|
| |
1נארמאלער
אנטושלדיג מיר טייערער, איל האב דורך געליינט דיין תגובה זיבן מאהל ולא מצאתי ידי ורגלי, איל האב שוין געמיינט אז איך קאלעך ח"ו, ביז דער רבש"ע האטי מיר חונן דעת געוועהן,
דיין תגובה איז געוואלדיגער רעפ ניגון. איך האב עס געטרייט, סאיז א גלונגענע ארבייט גיב עס פאר מתתיהו, פאר ליפא'ן איז עס שוין צו סאפיסטיקירט.
די לעצטע מעשה מיט'ן שווארצען בן מלך, האט מיך אבער פארעקעלט. פארפאלען איך גלייך זיי נישט, נישט חמ'לע און נישט זיינע בנש"קעס.
איך מיין זאלסט עס טושען פאר א פארטאריקאנער
אבער קיעפ איט אפ, דו האסט דארט באגראבן ערגעץ א טאלאנט!
נ"ב ערנסט גערעט. איך האב דוקא יא איין ערנסטע פראגע אויף דיין תגובה.
וויאזוי מאכסטו אזוי שיין דאס ווייסע קעסטעלע? איך מוטשע מיך שוין אזוי לאנג דאס אויסצוגעפונען. 
תוקן על ידי - baachi - 13/01/2009 1:33:40
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2009 02:33 |
|
| |
איך וויל דיר ווען גערן צוריק אטאקירן, אבער.. לא מצאתי ידי ורגלי... ס'נישטא אויף וואס צו ענטפערן.
איבער די ווייסע באקסל פרעג איבער קלארער, כוויייס נישט פונקטליך וואס דו פרעגסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2009 03:40 |
|
| |
נארמאלער
איך פארשטיי מיך נישט פארוואס זאלסטו מיך וועלן צוריק אטאקירן, דו פארשטייסטיס דאך נישט וואס איך זאג, אפשר בין איך מסכים מיט דיר?
פסדר, איך וויל פארשטיין וויאזוי דו האסט ארויף געפעיסט (געקלעפט) מיין גאנצע תגובה אין דיין תגובה אריין?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2009 03:57 |
|
| |
העכער יעדע תגובה איז פאראן א רינגעלע וואס אנטהאלט דעם סימבל: " (זעה בילד)
ווען דו וועסט דרוקן אויף יענעם קנעפל וועט זיך עפענען א תגובה מיט יענעמס ווערטער, און פון די ערשטע [QUTE] ביז די צווייטע [QUTE] גייט אריין אינעם ווייסן באקסל.

|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2009 04:30 |
|
| |
נארמאלער
א שקויעך גדול פאר די טירחה,אבער ביי מיר ארבעט עס עפעס נישט.
|
|
|
|
|