| נשלח ב-14/1/2009 18:17 |
|
| |
גאסט
פארוואס דארך מען יעדעס מאהל ווען סבלאזט אווינט, נאכאמאהל האלטן גרויסע אסיפות מיט דרשות און דרוקן קונטרסים "לברר דעת תורה וההשקפה הצרופה בענין הציונים"
פארוואס דארפן נישט די אגודה קרייזן מאכן אסיפות הסברה?
איך קען נאר טרעפן נאר צוויי אזעלכע שיטות ביי אידן
1) ליבאוויטשער משיחיזם די נארמאלע ליבאוויטשער מאכען נישט קיין אסיפות הסברה,
2) די מזרחיסטן וואס האלטן פון "קדושת המדינה" די פרומע "חרד"לניקעס" וואס האבן זיך שוין אפגעשאקלט פון די מדינה דארפן נישט קיין אסיפות הסברה.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 19:01 |
|
| |
פארוואס זאגט מען דאס יעדן טאג, 3 מאל?
ולמלשינים =און פאר די וואס שפעטן מיטן צונג
אל תהי תקוה=זאל נישט זיין קיין האפענונג
וכל המינים = אין אלע אידישע אפיקורסים (מין ר"ת מאמיני ישו נוצרי)
כרגע יאובדו = זאל אין א סקונדע פארלוירנגיין
וכל אויבך = אין אלע דיינע פיינט
מהרה = זאלן אינגיכן ווערן
תעקר = אויסגעווארצלט
ותשבר = צובראכן
ותמגר = צושמעטערט
ותכלם = פארלענדט
ותשפילם = דערנידערט
ותכניעם = און אינטערטעניגט
במהרה בימינו = אין גיכן און אונזערע טעג
ברוך אתה ה' = געלויבט ביסטו ג-ט
שובר אויבים = דו טוסט צוברעכן די פיינט
ומכניע זדים = און אונטעטעניגן די בייזוויליגע
אויף וועם זאגט מען דאס, נישט די אראבערס, נישט די נאציס, נישט די קרייציגלער, נישט די קאזאקן, ניין, דאס האבן חז"ל געמאכט קעגן די אידישע אפיקורסים, און דאס קייט מען איבער יעדן טאג, ערב ובוקר וצהריים
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 19:37 |
|
| |
קושקע
שיין פשעטיל, נאר איין פראבלעם.
השמטת הצענזור ימ"ש "ומלכות הרשעה" מהרה תעקר ותשבר
אזוי איז אויך אין די ספרדישע סידורים
אהבתי ותמגר = צו שמעטערן
מיין רבי האט געטייטש ותמגר = צודריסקען
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 21:17 |
|
| |
קיין שום פשעטיל, דאס איז פשוט חז"ל, אין ברכות כ"ח: מגילה י"ז: ירוש' ברכות פרק ד, דער ברכה האט רבן גמליא' ביבנה מתקן קעגן די אידישע כופרים בתורה שבע"פ...די ברכה ווערט אנגערופן "ברכת המינים" אדער "ברכת הצדוקים", נישט "ברכת הרומים" אדער "ברכת הבבלים"
מ'זאגט נאך אדער פון מהרי"ד מבעלזא זצ"ל אדער הרב מציעשנוב זצ"ל אז ציונית איז א ערגער צרה פאר כלל ישרא' ווי נוצרת, דאס מיינט אויב ולמלשינים מיינט די נוצרים מיינט עס אוואדי די מלכות המינות בארצה"'ק
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 21:56 |
|
| |
מגילה י"ז
1) המינים - תלמידי ישו הנוצרי לכך סמכו לה ברכת המינים, שנאמר עוזבי ה' אלו המינים,
2) איך גלייב איבער הויפט נישט אז א נארמאלער מענטש קען רעדען אזוינע פערדישע שטותים, וואס דו לייגסט אריין אין בעלזער רב'ס מויל, סאיז הוילע שוא ושקר.
3) דער נוסח אין אלטע סידערלעך איז ומלכות הרשעה
4) ווער איז היינו א ציוני? זיי זענען שוין לאנג אלע אויסגעשטארבען. איהר שלאגט זיך ארום מיטן ווינט און מיטן שאטן.
פארדעהם מוזט מען אייביג האלטען אסיפות חיזוק און דרשות התחזקות. ווייל שיקרא לא קאי.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 22:03 |
|
| |
איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס מען דארף פארלערנער יו"ד ח"ב אזויפיל מאל? יעדע קהילה, ארגאניזאציע, חסידות וכדו' האלטן אין איין מאכן שיעורים אין יו"ד ח"ב. יעצט ווייס איך שוין, ווייל לויט וואס דער פארוקטער באטשי איז מסביר (עפ"ל), איז פשוט ווייל יו"ד ח"ב איז ח"ו ש....א לא קאי.
באטשי ווער זענען למלשינים אידען אדער גוים???
האסט שוין איינמאל אפגעלערנט דעם ויואל משה, אדער אדורך געבלעטערט דעם על הגאולה? האסט איינמאל שוין געעפנט א גמרא כתובות?
האסט פרובירט צו פארשטיין די ווערטער פונעם חשובן מגיד שיעור?
אדער די ביזט דא צו דעפענדען דיין פארוקטן מיינונג, און ווער עס וויל די עפעס ענטפערן נארמאל, ענטפערסט די אים סתם אין די וועלט?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 22:14 |
|
| |
גאסט,
די דארפסט שרייבען "בירור דעת תורה לפי שיטת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל"
ווייל רוב גדולי ישראל האבן אנדערשט געהאלטען.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 22:30 |
|
| |
תלמידי ישו הנוצרי זענען דאן געווען אך ורק מבני ישרא' כידוע און אויף דעם באציעט זיך דער תפלה,
ומלכות הרשעה איז א סניף פון ולמינים ווייל זיי זענען געווען קרוב למלכות און מיט מלשינות ביי די רומים האבן זיי אויסגעטיילט צרות פאר די חכמי ישראל עוקר צו זיין תורה שבע"פ, דאס איז אלעס טריקענע חז"ל נישט קיין פשעטליך
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 22:33 |
|
| |
ווען רעדסטו? פאר די מלחמה אדער שוין נאך ווען היטלער האט אויסגעהרג'ט דאס שענסטע און דאס בעסטע?
די שיטה איז מבורר על פי תורה, אויב האסטו צו ענטפערן פארוואס דאס איז נישט דעת תורה, דעמאלטס פרוביר אפ צו ענטפערן דעם ויואל משה.
קונצן, אזוי ווי אפשר דורך לערנען דעם ויואל משה האלסטו נישט דערביי, דעמאלטס פרוביר געוואויר צו ווערן היסטאריע פון ציוניזם, און וויאזוי כמעט
אלע עהרליכע רבנים האבן געבלוטיגט דערויף. און דערנאך זאלסטו פרובירן צו
זאגן דיעות.
_________________
ויואל משה - על הגאולה ועל התמורה
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 22:52 |
|
| |
גאסט,
וואס איז געווען פארן קריג ווייס איך אויך, אין עס איז אמת אז אלע גדולי ישראל זענען געווען דערגעגן, אבער נישט וועגען די זעלבע סיבות וואס דער ויואל משה ברענגט (שלש שבועות וכו'). אין איך זאג איבער "רוב גדולי ישראל פארן קריג האבען נישט געהאלטן פין די אלע פשטלך פין כ"ק מר"ן אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל" אין ווי אויך רוב גדולי ישראל נאכן קריג."
ווי אויך ווייס איך אז פארן קריג האט מען אין אסאך קרייזען נישט געהאלטן פין קיין "ישיבות", אין סאטמאר רב האט נישט געהאלטן פין קיין מיידל שולא'ס (סקול).
א יעדע דור האט אירע גדולים וואס זענען מחליט וואס איז יא גיט פארן דור אין וואס איז יא מותר בדורנו אין אזוי אויך וואס איז אסור.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2009 23:34 |
|
| |
קונצען, אז לויט דיר האבן זיי נישט געהאט קיין פראבלעם מיט א גמרא? וואס דען איז זייער פראבלעם געווען? ווען עס שטייט אין דער גמרא די שלש שבועות (אפשר לויט דיר (עפ"ל) איז די גמרא אויך פשעטלעך) און דער עונש דערויף, דארף מען זאגן פשעטלעך????
תוקן על ידי גאסט ב- 14/01/2009 23:38:14
ויואל משה - על הגאולה ועל התמורה
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2009 00:55 |
|
| |
קושקע
עיקר שכחתי,
פארוואס דארף מען כסדר מאכען אסיפות הסברה וחיזוק און פארוואס דארף מען דארט צוזאמען ווארפען אלע טייערע פערעל ווערטער פן אוצר המנוצר דחברה קנאים אינקארפארעטעד
"איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס מען דארף פארלערנער יו"ד ח"ב אזויפיל מאל? יעדע קהילה, ארגאניזאציע, חסידות וכדו' האלטן אין איין מאכן שיעורים אין יו"ד ח"ב."
די שאלה איז געוועהן אויף אסיפות ודרשות הסברה וחיזוק. ווען עס מאכט זיך אווינטל אין ארץ ישראל. נישט אויף איבער צוחזרען הלכות אויף דעהם שטייט בהם נהגה יומם וליליה "יעצט ווייס איך שוין, ווייל לויט וואס דער פארוקטער באטשי איז מסביר (עפ"ל), איז פשוט ווייל יו"ד ח"ב איז ח"ו ש....א לא קאי."
אזוי ארבעט דיין שכל!
"באטשי ווער זענען למלשינים אידען אדער גוים???"
אמאהל איז עס געוועהן תלמידי ישו הנוצרי, און היינט אלע וואס ווילען שלעכטס טוהן פאר אידען דורך מסרען צו א מלכות הרשעה. (אדער מלכות של חסד)
"האסט שוין איינמאל אפגעלערנט דעם ויואל משה"
יא חבר לעבען, פארדעהם שרייב איך דא אזוי. דו ווילסט זיך פארהערן מיט מיר? מאך אויף איין אשכול, איך זאג דיר צו איך וועל דיר נישט בלייבן שולדיג
הייב אהן מיט פארענטפערן מיר די תמיה פון אנדערן אשכול אויף דעהם יסוד פון ויוא"מ אין די הקדמה, די קשיא פארוואס מדארף נישט חושש זיין צו די אנדערע אין בן דוד בא'ס נאר אויף דעהם שתכלה מלכות הזלה.
אדער אדורך געבלעטערט דעם על הגאולה?
ניין, זעהסט דאס נישט, איך האלט אז פאר מיר וועט דאס ספר שאטן צו די אמונה פון לא יהיה לך אלהים אחרים, פון ייחוד ה', פון השגחה פרטית, פון בטחון און פון ידיעת אין עוד מלבדו. האסט איינמאל שוין געעפנט א גמרא כתובות? האסט פרובירט צו פארשטיין די ווערטער פונעם חשובן מגיד שיעור? אדער די ביזט דא צו דעפענדען דיין פארוקטן מיינונג, און ווער עס וויל די עפעס ענטפערן נארמאל, ענטפערסט די אים סתם אין די וועלט?
דערווייל פרעג איך די קשיות און דו ענטפעסט מיט קללות.
והעיקר, פארדריי נישט דעם נושא פון די אשכולות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2009 01:12 |
|
| |
די גמרא זאגט אז דברי תורה איז פין די צרוכי חיזוק, שטעלט זיך די קשיא פארוואס ?
פארוואס רעדט יעדן יומא דפגרא אז מען זאל מאכו שיעורים ?
באטשי לעבן איך האב דיר געפרעגט א קשיא.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2009 02:57 |
|
| |
גאווערנאר
הוד מעלתו, ברוך שחלק מכבודו לסומים ולכושים
פעטרעסאהן דו שיינסט נישט צו זיין קיין נאר. און די פארשטייסט גאנץ גוט וואס איך מיין קודם האב איך בעיקר געמיינט הסברה. מה שקורין בלשוננו פראפאגאנדע. מדארף עס יעדעס מאהל אויפדאסניי מסביר זיין, אנישט ווערט מען צומישט. צוויי מאהל צוויי איז פיהר דארף מען נישט מסביר זיין, אפשר איבער חזרען, אבער נישט מסביר זיין.
לאמיר דיר געבען א משל
דער קלוזנבורגער רבי זצ"ל, האט איינגעפירט איין אופן פון לערנען און זיך בקיאות, פאר פינף אין דרייסיג יאהר צוריק איז דאס געוועהן נישט געהערט געווארען אין סגעוועהן זעהר א גרויסער חידוש און עולם הישיבות. מהאט פון דעהם געלאכט אין די פויסטן און אפגעחוזיקט. ער האט זיך אבער געהאלטן פעסט ביי זייניגע און צוביסלעך האט די גאנצע וועלט מודה געוועהן אז דאס איז דער ריכטיגער וועג צו וואקסן א תלמוד חכם.
דארף מען אויף דעם אסיפות הסברה?
דער ליובאויטשער רבי זצ"ל האט אנגעהויבן ארויס גיין אויף די גאס מאכען בעלי תשובות, די זעלבע זאך כנ"ל, דארף מען היינט אויף דעהם אסיפות הסברה? אויכעט זיין שלוחים באוועגונג, וואס איז לכתחילה געוועהן זעהר קאנטראווערסאל וואקסט אין בליהט און דארף נישט קיין אסיפות הסברה וחיזוק.
משא"כ די משיחיסטן, זיי דארפן כסדר אסיפות הסברה
די אגודת ישראל מיט דעם עצם רעיון פון "חוב קדוש" משתתף זיין מיט בחירות צו די כנסת. אדער נעמען געלד פון די מדינה. האבן נישט געדארפט מאכען קיין אסיפות הסברה,
משא"כ יעצטיגע בחירות ווען א געוויסע פראקציע האט זיך אויסגעלאכט פון דעם "חוב קדוש" און נישט מיט געשטימט מיטן היימישן עולם, און אסאך אידען באשולדיגען זיי אין מצב פון ירשלימער שטאטראט.
יעצטיגע וואלען דארף מען שוין איינמאהל אסיפות הסברה.
משא"כ די עדה החרדית וואס איז מתנגד צו בחירות דארף אלעמאהל מאכען אסיפות הסברה -
דאס גלייכן די מזרחיסטן וואס האלטן אז די מדינה האט א מין קדושה האבן אויך נישט געמאכט קיינמאהל קיין אסיפות הסברה. זייט אבער זייער שיטה איז אויסגערונען ביי דעם גירוש פון גוש קטיף האלטן זיי אין איין מאכען אסיפות הסברה אין דריקען " דברי חיזוק"
מען רופט דאס חיזוק. אבער באמת איז דאס לחם עוני - שעונין עליו דברים הרבה. מדארף אסאך תירוצים.
פון יעצטיגע היסטאריע די עירוב מאכערס אין וומסבורג אין אין ב"פ מאכען דען אסיפות הסברה?. לעומת זה וויפיל אזעלכע אסיפות האבן שוין די קעגנערס פון עירוב געמאכט?
די רבנים וואס האבן געאסערט טרינקען וואסער אהן א פילטער אין ניו יארק מאכען אסיפות הסברה? די מתירים פארענטפערן זיך כסדר. די זעלבע זאך מיט פראבלעמאטישע הכשרים אויף פלייש, אריזאנע ווייץ וכו' וכו'
אידען כאפען תיכף ווי דער שכל הישר שטייט איין מרצונו הטוב, און ווי מ'וויל מיט כח מאנס זיין דעם שכל
דאס האב איך מעורר געוועהן.
דו קענסט זאגן דברי סופרים צריכים חיזוק, סהאט אבער מיט אונזער נישט קיין שייכות, די אלע דוגמאות הנ"ל זענען נישט קיין דברי תורה נאר דברי סופרים.
תוקן על ידי - baachi - 15/01/2009 2:58:45
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2009 03:11 |
|
| |
אמונה פשוטה ברויך אויך הסברים.
|
|
|
|
|