בית פורומים כל העולם כולו

בירור דעת תורה בענין מלחמת הציונים בעתים הללו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/1/2009 03:37 לינק ישיר 

"אמונה פשוטה ברויך אויך הסברים."

ח"ו

אפשר נאר ביי דעם  וואס האט "געבלעטערט" דעם על הגאולה ועל התמורה

דער עצם מושג פון אמונה פשוטה איז אז מדארף נישט קיין הסברים.

דער פראבלעם איז אבער מדארף וויסען קודם וואס אמונה פשוטה איז טייטש.

איך מיין עס גאנץ ערנסט, דער גאנצער רעיון פון "מסביר" זיין די הנהגת הבורא פון דעם ספר הנ"ל איז מנוגד צו די אמונה פשוטה וואס אידן האבן געהאט בכל הדורות.

תוקן על ידי - baachi - 15/01/2009 3:36:46

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-15/1/2009 03:51 לינק ישיר 

באטשי אז סקאט רעדט דברי טיפשות, האסטו נישט קיין רעכט חוזק צי מאכן פין דעם ספר הקדוש 
על הגאולה 

מנהל ס'איז צייט צי נעמען שריט אנקעגן די וואס מאכן חוזק פין מרן רבינו הקדוש מסאטמער זי"ע  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2009 04:26 לינק ישיר 

Baachi כתב:
"איך מיין עס גאנץ ערנסט, דער גאנצער רעיון פון "מסביר" זיין די הנהגת הבורא פון דעם ספר הנ"ל איז מנוגד צו די אמונה פשוטה וואס אידן האבן געהאט בכל הדורות.


האט איינער דיר "מסביר" געווען "הנהגת הבורא"?
יא, אז די וועלט רוישט מיט אמונה טפילה און אפיקורסישע ווינטן דארף מען "הסברות" אויף אמונה שלימה! מיין מיינונג איז גראדע אז מטוט נישט גענוג דערין, ס'פעלט זיך אויס מער פון דעם.
(יעצט האב איך דיר געענטפערט ערנסט, ווייל דו זאסט דאך סהאט דיר געכאפט א ערנסטע מינוט...)

דרך אגב, ווייסטו אפשר וויפיל מוסר ספרים סזענען געשריבן געוווארן אין משך הדורות? צענדליגער אויב נישט הונדערטער.
נו, וואס איז פשט דערפון? וואס פעלט אויס אזוי פיל הסבר? עס איז דאך מנוגד צו די אמונה פשוטה?
זיי נישט קיין שוטה. מאך נישט קיין פשטלעך פון דברי תורה מיט דברי סופרים וכו', כך היא דרכה של תורה ובפרט בעיקבתא דמשיחא!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2009 05:35 לינק ישיר 

אויב אמונה פשוטה ברויך נישט קיין הסברים פארוואס ליידער 95% כלל ישרא' גלויבן ליידער נישט און די י"ג עקרים? זענען זיי אלע חסר דעה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2009 06:27 לינק ישיר 

אמונה פשוטה דארף נישט קיין הסברים, ווייל די רגע די ביסט עס מסביר, איז עס אויס אמונה "פשוטה".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2009 17:07 לינק ישיר 

באטשי
אפשר ביסטו מסביר פארוואס דער רמב"ם האט געשריבן דעם מורה נבוכים
פארוואס האט דער חובת הלבבות געשריבן שער הבטחון און אלע אנדערע שערים בעניני אמונה
קוקט אויס לשיטתך הנכזבה אז יעדע זאך וואס מען דארף צופיל מאל מסביר זיין איז נישט אמת, הא?
בימי רבינו בעל דברי יואל ווען די ציונים האבן טעגליך געזען זיער א. ג. נצחונות האט דער רבי געדארפט רעדן כמעט וואך איין וואך אויס,
היינט ב"ה ווען מען זעט ווי די מדינה איז איין גרויסע דורכפאל, און נאך זעכציג יאר האלט מען ביי אל"ף, אלע נביאות וואס דער חוזה המדינה שר"י האט געזאגט איז נאך נישט מקוים געווארן, מען שלאגט זיך און מען רייסט זיך און מען איז פארהאסט אין די גאנצע וועלט, פעלט אפילו נישט אויס צו רעדן דערפון.
נאר וואס דען, פונקט ווי שובבי"ם דארף מען יאר איין יאר אויס רעדן וועגן קדושה, פשוט דער מענטש זאל נוצן מחשבה אינעם פאריאגטן לעבן וואס ער דארף צו טון (איך מיין איך אויף דיין פלאץ קען דיר אויפווייזן אז הוז"ל איז נישט קיין איסור.. נאר ב"ה איך הייס נישט באטשי), די זעלבע זאך ווען ס'קומט א מלחמה אין די ציונים שטורמען די וועלט און רופן פאר רחמנות פעלט אויס אויפצוקלערן פאר יעדן ווער זי זענען, ווער ס'האט געברענגט די גאנצע צרה, און זיי זענען נישט מער ווי א קאזאק הנגזל.

געב א קוק וויפיל שלהבת שבתים ר' עזריאל טויבער מאכט, און קלערט אויף דעם ענין פון קבלת מלכות שמים, דער ענין פון תחיית המתים ועוד ועוד, לשיטתך איז עס סתם פאנטאזיע וואס ס'פעלט אויס אויפצוקלערן, אבער מיר פארשטייען און ווייסן קלאר אז דאס איז פשט דער פאריאגטער לעבן לאזט נישט דעם מענטש טראכטן גראד פעלט אויס מען זאל עפענען דעם קאפ און ברענגן די מחשבה ס'זאל טראכטן אביסל.
און ווי ער זאגט עס אלס קלאר, פאר די מלחמה האט דאס יעדער פשוטער איד געוואוסט ווי אלף בית, מיר לעבן היינט אין א וועלט וואס מען נוצט נישט מחשבה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2009 02:12 לינק ישיר 

אמונה דארף נישט קיין הסברים, ווייל איינמאל סאיז דא א הסבר איז עס שוין נישט קיין אמונה פשוטה
וואס אמונה דארף יא, איז חזר'ן אין פילווען אמונה, דער הייליגער קאברינער טייטש האמנתי כי אדבר
איך האב אמונה אזויפיל איך רעד דערפין,אין דעס איז יעדער יוד מחיוב צי טאן אין פארדעם זאגן מיר די דרייצען אני מאמין, צי חזר'ן אין זיך קאכן אין אמונה דאס גאנצע דאוונען מיט תהילים איז איין שטיק מיט דברי אמונה אין חיזוק.
 
דער הלייגער דגל מחנה אפרים טיישט, כי במקלי עברתי את הירדן הזה,זאגט ער אז יעקב אבינו איז אריבער געגאנגען דעם ירדן מיט בלויזע אמונה, געבויט אויף די מעשה פין בעל שם הקדוש זי"ע  



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בירור דעת תורה בענין מלחמת הציונים בעתים הללו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.