דער איד: מיידלעך'ס פרישע פרעכער שקר
דער איד: מיידלעך'ס פרישע פרעכער שקר
דער באוויסטער העצער און נדערטרעכטיגע יונג השקרן הידוע מיידלעך שטערן, וואס שרייבט און פינקעלט אן די טמא'נעם צייטונג דער איד מיט ארטיקלען שקרים וכזבים קעגן ראשי הישיבות רבנים ואנשי מעשה, האט פאריגע וואך ווידער זיך צושפילט און אריינגלייגט און דער איד אויף זייט 16 א גאנצער פעטש וואס איז נישט געשטויגען און געפלויגען.
ער שרייבט דארט אז פאריגע וואך דינסטאג איז פארגעקומען א מחאה אין מאנהעטען וועגן די קברים אין שפאניע, און די מחאה איז באריכטעט געווארן פאריגע וואך אין די מעקסיקא סיטי גרויסע טאג צייטונג, אין א פארמינענט פלאץ, און לראי' ברענגט ער א קאפיע פון די ספאנישע צייטונג, ווי עס שטייט באשריבען אויף ספאניש וואס דער עולם קען נישט ליינען, נאר די ספרדישע ליינערס..
אבער ער האט פארגעסען...!
אויסצומעקען די דאטום פונעם צייטונג וואס ליינט זיך פאר א האלב יאר צוריק 6/30/2008!!!
וואס וויל מיידלעך דא...?
די רבנים הגאונים הצדיקים וואס פירן אן די הייליגע ארגענאזאציע "אדמת קודש" ובראשם הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער, הגאון רבי חיים וואזנער, הגאון רבי אהרן דונער, וכו', זיי האבן געהייסען מען זאל איצט אפשטעלען די פארטעסטן קעגן די שפאנישע רעגירונג ווייל זיי פארהאנדלען מיט זיי, און מען גראבט איצט גארנישט דארט. אט דאס וויל דא מיידלעך שרייבן, קוקט מען דארף יא מאכן פראטעסטען די רבנים ווייסן נישט וואס טוט זיך מיט זיי, פאריגע וואך מיר האבן געמאכט א פראטעטרס און....
עס איז באריכטעט געווארן פאריגע וואך אין די מעקסיקא סיטי גרויסע טאג צייטונג, אין א פארמינענט פלאץ...!
מיידלעך שטערן מיט זיין קאמפעני אתרא דמיידעלך (קדישא), זאגן: אונז אפאר טאטערס פירן כלל ישראל אונז וועל מיר טאן וואס מיר ווילן, מיר פרעגן נישט קיין רבנים נאר הרב הצדיק הקדוש והטהור מיידלעך שטערן וועט זאגן וואס צו טאן, ער דארף דאך האבן פרנסה, טא ער דארף אויסהאלטען זיין שטוב, דארף מען ווייטער שנארן פאר אתרא דמיידלעך, טא ווי אוזי טוט מען דאס?
קודם זאל דער אייבישטער העלפן אז די שפאנישע רעגורונג זאל גראבען און גראבען ווי מער קברים, קען מען ארום לויפן נאך געלט שרייען, מען גראבט קברים אין שפאניע ווארפט געלט, עס ברענט, מאכט מען איינמאל געלט, דערנאך גייט מען נאך געלט פאר מחאות און מען שרייט: עס קאסט געלט.
אבער וואס געשעהט אז מען גראבט שוין נישט, איז ביטער ווי א זית מען קען מער קיין געלט נישט מאכן!
דאס איז די גאנצע ביזנעס, האפן און טאן אלעס אז מען זאל קברים גראבען און גראבען און מאכן געלט.
 |
|
|