בית פורומים כל העולם כולו

שאק אין אה ! א פרישער מעדאף אין ווילאמסבורג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/1/2009 01:46 לינק ישיר 
שאק אין אה ! א פרישער מעדאף אין ווילאמסבורג

די וואך שבת איז וויליאמסבורג געווען פאראלזירט.

מען איז ליידער געוויאר געווארן אז צענדליגער עשירים פין וויליאמסבורג "אליינס " משמנה ומסלתה האבן פארלוירן מיליאנען דאלערען..

דורך נישט קיין אנדערען ווי דער הולך בערכאות XXXXXXXXXXX אן איידים ביי.

פין ווילאמסבורג איז דא חשבון וואס מען ווייסט צווישן 20 אין 30 מיליאן דאללער וואס דער האט איינגערעדט מענטשן וועגן א געוויסע סארט טעכנאליגיע וואס גייט ערשיינען אין ער האט איינגערעדט אז איי בי עם
מיט גוגל אין יהאה שלאגן שוין זיך שוין אויף די טעכנאליגע.

דערווייל איז ער געווען א פשוט'ער ים רויבער אין ס'איז נישט דא גארנישט, נישט קיין געלט אין נישט קיין טעכנאליגע. 

די משפחת  זאגט אז וועגן דעם איז ער אריין אין געריכט כדי מען זאל נישט רעדן פין דעם גניבה סקאנדאל.

עבירה גררות עבירה.  




תוקן על ידי ארגינעלער ב- 18/01/2009 2:08:29



תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 20/01/2009 16:14:08



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/1/2009 16:24 לינק ישיר 

איך האב פרובירט מברר צו זיין די ריכטיגקייט פון די טענות. איך האב זיך נאכגעפרעגט ביי ביידע צדדים.

לויט וויפיל איך פערזענליך פארשטיי רעדט מען דא פון א מאסיוון שווינדל וואס גייט שוין אן יארן לאנג, אבער איז יעצט ארויפגעקומען בלויז אדאנק די סאטמארע פאליטיק.

פון די אנדערע זייט זענען דא אזעלכע וואס שרייען אז מ'איז סתם מקפח אידישע פרנסות צוליב פאליטיק, און דאס איז א זאך אין וואס איך - און קיינער דא - ווילן זיכער נישט האבן קיין טייל, בפרט ווען דאס קען זיך ענדיגן אין פארוויקלטע געריכטליכע אנקלאגעס.

בלית ברירה האב איך אויסגעמעקט אלע תגובות, אבער געלאזט דעם אשכול, אן די נעמען, אלס אלגעמיינע ווארענונג פאר יעדן וואס וויל אינוועסטירן סיי וואו אז מ'זאל זיך גרונטליך נאכפרעגן ביי באגלייבטע ביזנעס לייט בעפאר מ'שטעקט ערגעץ איין א דאלער.

איך האף מ'וועט עס אויפנעמען מיט פארשטענדעניש.

[נ.ב.
מ'מעג ווייטער שרייבן אין דעם אשכול, אבער בשום אופן נישט וועגן די ספעציפישע מעשה]



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/1/2009 17:43 לינק ישיר 

דעס איז נישט יעצט אויפגעקומען צוליב די סאטמאר פאליטיק.

עס איז שוין אויפגעקומען פאר 7-8 וואכן צוריק, און די גאנצע שטאט האט גערעדט דערפון.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/1/2009 17:56 לינק ישיר 

מנהל טייערע א גרויסן ישר כח פאר דיין ארבעט
כשם שמקבל שכר על הדרישה כך מקבל שכר על הפרישה

מיך האט מען דא צענדליגער מאל גאר מיאוס געסטראשט, טאמיר איך סטאפ נישט צי שרייבן איבער דעם מעדאף סקאנדאל, איך גיי מיר נישט איינשטעלן מיינע 70 יאר פאר אימפאראנווארטליכע אינוועסטערס 

יותר מה שקריתי לפניכם כתוב כאן. 

מיט דעם ענדיג איך דא צי שרייבן פין די סעריע איבער מעדאף אין וויליאמסבורג. 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/1/2009 20:06 לינק ישיר 

איך האב וועריפייד אסאך אינפארמאציע, אבער אויפ'ן פארלאנג פונעם מנהל וועל איך זיך צוריקהאלטן פון שרייבן.

אזויפיל וועל איך יא שרייבן אז צייטשריפט האט שוין געדארפט אויפדעקן דעם שווינדל א יאר צוריק אדער נאכמער, אבער זיי האבן ארויסגעבעקט אין די לעצטע מינוט, פאר די זעלבע סיבה פארוואס אונזער חשוב'ער מנהל האט באקומען קאלטע פיס און ארויסגעבעקט, וד"ל. איך וועל נישט מאריך זיין, אבער אזויפיל בעט איך יעדן איינעם ווייטער איבערצוגעבן די אינפארמאציע איינער פאר'ן אנדערן, און זאל עס ווייטער גיין פון מויל צו אויער, כדי זיכער צו מאכן אז אנדערע אידן פאלן נישט אריין.

לאמיר נישט פארגעסן אז סוף גנב לתלי', און ווען דער מאמענט וועט אנקומען וועט מען מער נישט דארפן מורא האבן צו שרייבן. לאמיר נאר האפן אז ווען עס וועט למעשה קומען זאל עס זיין מיט די קלענסטע חילול השם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2009 01:26 לינק ישיר 

דער צייטשריפט האט פארפעלט זיין פליכט
ווייל ער האט לכה"פ געדארפט פארציילן פאר מענטשן וועגן דעם פאנזי סקאנדאל
אין די מין טיים האבן אסאך מענשטן פארלוירן אסאך געלט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שאק אין אה ! א פרישער מעדאף אין ווילאמסבורג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext