בית פורומים כל העולם כולו

ווער איז דערווייל געווען פרעזידענט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/1/2009 16:14 לינק ישיר 
ווער איז דערווייל געווען פרעזידענט?

לויט די קאנסטיטוציע לויפט דער פרעזידענט אמט אויס אין JAN. 20 צוועלף אזייגער, ווען צב"ש בוש ווערט אויטאמאטיש אויס פרעזידענט און דער נייער פרעזידענט ווערט איינגעשוואוירן.

יעצט מיט די גאנצע קלאפאטע פון די איינשווערונג, ווען אבאמא האט עס געמוזט איבערנעמען, איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן אויב עמיצער ווייסט ווער ס'איז דערווייל געווען פרעזידענט.

ס'איז פאראן אסאך אפציעס. איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן פון אנדערע בעפאר איך לייג אריין מיינע צוויי סענט.

דא האט איר ערגעץ וואו צו זען אביסל דערוועגן:
http://ask.metafilter.com/112165/Does-the-president-need-to-take-the-oath-of-office



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/1/2009 17:32 לינק ישיר 

אין ביידען האט נישט געקענט האלטן זיין מויל פארמאכט...
אין בין זיכער אז יעצט וועט מען שוין גארנישט הערן פין אים זיי גייען אים פארמאכן זיין מויל מיט א ריגעל אין שלאס!!!

_________________

 
 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/1/2009 17:55 לינק ישיר 

דאס איז קיין Issue.
אבאמא איז געווארן פרעזידענט 12:00 PM לויט די 20סטע אמענדמענט סיידן ער האט זיך איינגעשוירן צו נישט
.


Amendemnt XX
(Ratified January 23, 1933
Section 1 
The terms of the President and Vice President shall end at noon on the 20th day of January, and the terms
of Senators and Representatives at noon on the 3d day of January, of the years in which such terms would have ended if this article had not been ratified; and the terms of their successors shall then begin.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2009 20:01 לינק ישיר 

גערעכט מרוח אשך.

אפשר_דאך, עס איז גאר א נארישער אשכול.

עס איז נישטא קיין שום דעבאטע דערוועגן. אלע קאנסטיטושאנעל עקספערטן זאגן קלאר און דייטליך אז אבאמא איז געווארן פרעזידענט אום 12 אזייגער. די שבועה איז בלויז א פארמאליטי (כאטש מען מוז עס נעמען לויט די קאנסטיטושאן) און אבאמא וואלט עס באמת נישט געדארפט איבערמאכן.

די איינציגסטע סיבה פארוואס דאס ווייסע הויז האט באשלאסן יא איבערצומאכן די שבועה איז כדי צו פארמיידן קאורט שלאכטן, ווייל עס וואלט זיך שוין געיאוועט איינער וואס וואלט געגאנגען אין קאורט אז אבאמא איז נישט קיין עכטער פרעזידענט, ווי מען האט שוין געזען מיט יענע קאנספיראציע-גלייבער וואס האבן געהאלטן אין איין לויפן אין קאורט טענה'ן אז אבאמא איז נישט געבוירן אין אמעריקע,
און דאס וואלט סתם אזוי פארדרייט א קאפ, געקאסט געלט און אוועקגעשלעפט די אטענשאן פון אבאמא'ס פאליסיס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2009 00:15 לינק ישיר 

זיסקייט, Don't shoot the massanger.

איך בין אומאיינשטימיג מיט דיר אז 'אלע' קאנסטיטוציאנעלע עקספערטן האלטן אז אבאמא קומט אויטאמאטיש אריין. קוק צום ביישפיל דא וואו ער ציטירט פון א פראפעסאר אויף קאנסטיטוציאנאלער געזעץ וואס האלט אז ווילאנג אבאמא איז נישט געווארן איינגעשוואוירן איז קאנדאליזא רייס, דערנאך זשאו ביידען, געווען פרעזידענט!

(ער לייגט אפילו צו אז טעכניש איז אבאמא נישט דער ערשטער שווארצער פרעזידענט...)

דער אמענדמענט זאגט טאקע אז "דער טערמין פון זייערע נאכפאלגער זאל זיך דאן אנהייבן", אבער ס'זאגט נישט ווער דער נאכפאלגער איז. עס קען פונקט אזוי זיין די סעקרעטערי אוו סטעיט אדער פריש איינגעשוואוירענער וויצע פרעזידענט. (ס'איז דא אזעלכע וואס האלטן בכלל אז ס'באציט זיך נאר אויף די קאנגרעסלייט און סענאטארן).

מיטן שכל קען מען גיין ביידע וועגן. ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז דער אמענדמענט האט געזוכט איבערצוגעבן די מאכט פאר אן אנדערן אויסער דעם נארוואס ערוועלטן פרעזידענט, פון די אנדערע זייט לייגט זיך פונקט אזוי נישט אויפן שכל אז אמעריקע זאל האבן א פרעזידענט וואס איז זיך נישט מתחייב איינצוהאלטן, באשיצן, און פרעזערווירן די קאנסטיטוציע.

[און כדי עס בעסער צו פארשטיין וועל איך צולייגן דעם פאלגנדן, עטוואס קאמפליצירטן, פונקט:

איך גלייב אז זיסקייט און אלע אנדערע קאנסטיטוציאנעלע עקספערטן זענען איינשטימיג מיט מיר אז בעפאר די צוואנציגסטע אמענדמענט האט יעדער פשוט פארשטאנען אז דער קאנסטיטוציאנאלער פארלאנג פון נעמען די שבועה איז בינדענד, און אז די ערשטע עטליכע און צוואנציג פרעזידענטן ביזן ערשיינען פון דעם אמענדמענט זענען לעגאל נישט געווארן פרעזידענט ביז ווען זיי האבן גענומען די שבועה.

אלזא, איז זייער שווער צו זאגן אז מיטן צולייגן דעם צוואנציגסטן אמענדמענט האט יענער קאנגרעס אפגעשאפן די אנגענומענע און פארשטענדליכע מיינונג אז צו זיין א פרעזידענט דארף מען אננעמען די פארלאנגטע שבועה.]

נ.ב.
דער אמת איז אז די שאלה איז נוגע יעדעס מאל וואס א פרעזידענט ווערט איינגעשוואוירן. דא איז עס נאר געווארן מער אינטערעסאנט צוליב דאס דרייען מיט די צונג פונעם הויפט ריכטער און דעם נייעם פרעזידענט - וואס, אגב, איך בין איינשטימיג דערמיט מיט זיסקייט אז די ערשטע שבועה איז לכאורה אויך גענוג קאנסטיטוציאנאל אויסגעהאלטן. תוקן על ידי - אפשר_דאך - 23/01/2009 0:15:26

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2009 03:26 לינק ישיר 

איך האב נאכאמאל איבערגעקוקט די גאנצע זאך, סתם פאר פאן, און איך וויל ענדיגן מיט 2 וויכטיגע הערות:

1) איך בין נישט געווען גערעכט מיטן אננעמען אזוי זיכער אז בעפאר דאס צולייגן די צוואנציגסטע אמענדמענט האט יעדער געהאלטן אז די שבועה איז בינדענד. פאקטיש האט זשארזש וואשינגטאן גענומען די שבועה איבער א חודש נאכן ווערן פרעזידענט, און עס שיינט אז קאנגרעס האט אפיציעל אנגענומען אז ער איז געווארן פרעזידענט אין דעם ערשטן דאטום.

2) עמיצער האט אפגעפרעגט די טעאריע מיט א שטארקע טענה. אויב איז ריכטיג אז אבאמא איז נישט געווארן פרעזידענט צוועלף אזייגער וויבאלד ער האט נאכנישט אפגעגעבן די קאנסטיטוציאנעלע שבועה, דאן איז דאך רייס זיכער נישט געווארן פרעזידענט ווייל זי האט דאך פונקט אזוי נישט אפגעגעבן די שבועה!

אפילו ביידען קען נישט ווערן פרעזידענט, סך הכל האט ער אפגעגעבן א שבועה אבער נישט דאס וואס די קאנסטיטוציע פארלאנגט פונעם פרעזידענט. איז אויב וויל מען אננעמען די טעאריע דאן איז בכלל נישט געווען קיין פרעזידענט אין די פאר מינוט אדער שעה'ן! וואס איז זיכער אבסורד.

ס'לאזט זיך נאך אסאך דינגען אין די געזעצליכע ניואנסן, אבער לויט אלע ווארשיינליכקייטן איז אבאמא געווארן פרעזידענט אינמיטן ווען פערלמאן האט העפטיג געדרייט מיטן פידל.

(אגב, איין דעמאקראט האט זיך גערייצט מיט די קאנסערוואטיוון וועלכע פרייען זיך אז דער סטאק מארקעט האט נעכטן געטראסקעט און היינט זיך צוריק געהויבן, אויב לויט זיי איז נעכטן אבאמא נאכנישט געווען פרעזידענט נאר ביידען מיינט עס אז דער סטאק מארקעט האט פאקטיש זיך געהויבן ווען אבאמא איז געווארן פרעזידענט).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווער איז דערווייל געווען פרעזידענט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext