איך בין זיכער אז עס איז נאר א טעות אין דער פלאט
אין בלאט ברענגען זיי א בילד פון די מסירות נפש פון די אינגעלייט וואס האבן מיט זייערע קערפער אפגעהאלטן די גראבונגען אין מירון, מען זעהט דארט א בילד פון א יונגערמאן מיט א ירושלימער קאפטן אויף דער ערד אין האלט אפ די ארבעט,
זיי שרייבן אונטער די בילד וואו פאלגנד "איידעלע יונגעלייט פון ק"ק תולדות אברהם יצחק מיט אן אנטשלאסנקייט אפצוהאלטן דעם בזיון וחילול מקום הקדוש".
איך בין געווען דארטן און איך קען דעם אינגערמאן ער הייסט ר' יעקב קאפל שווארץ פון די גאר נאנטע מקורבים פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א א זוהן פון הרה"ח ר' בנימין זאב שווארץ.
איך בין זיכער אז דער בלאט האט געהאט א טעות הדפוס און האט געוואלט שרייבן איידעלע אינגעלייט פון ק"ק תולדות אהרן און בטעות האבן זיי געשריבן פון תולדות אברהם יצחק.
|
|