בית פורומים כל העולם כולו

שטיקלעך פין הגז"ל'ס שלחן של זבל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/1/2009 22:52 לינק ישיר 
שטיקלעך פין הגז"ל'ס שלחן של זבל



נייעס פון אנטווערפן:

 

דעם רבינ'ס פריוואטע פליגער איז אנגעקומען אינעם לופט פעלד אין דערנא, א צעהן מינוטיגן וועג פון היימישן געגנט אין אנטווערפן, וואו דער רבי שליט"א איז אפגעווארט געווארן דורך קרוב צו הונדערט אנ"ש אין שפיץ פון עטליכע חשובע זקני ופני הקהלה שיחי'. (די באהערדע אין עירפארט האבן צוגעלאזט ביזן פליגער צוואנציג מנכבדי הקהלה וואס האבן ענטפאנגן דעם רבי'ן שליט"א ווי נאר דער רבי איז ארויסגעקומען פון פליגער).

 

פון עירפארט איז דער רבי שליט"א אריינגעפארן אין שטאט מיט די אויטא פון הרבני הנגיד ר' יעקב יוסף לעפקאוויטש שליט"א אין באגלייטונג פון פאליציי מיט אנדערע הויכ-ראנגיגע זיכערהייט אגענטורן, צוגעשטעלט דורך דעם היימלאנד זיכערהייט אפטיילונג פון די רעגירונג. (צוליב זיכערהייט האט די פאליציי אויך צוגעשטעלט סיקרעט סערוויס אגענטן און העליקאפטערס וואס זענען ארומגעפלויגן העכער דעם מעמד קבלת פנים צו פארזיכערן אז אלעס גייט אריבער בשלום, וואס האט ממש געמאכט א מהפיכה אין די שטילע שטאט).

 

און ענדליך נאך וואכן לאנגע צוגרייטונגן און ערווארטונגן איז אנגעקומען דער געהויבענער מאמענט פון מלך ביופיו תחזינה עינינו, ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען במלוא יופיו והדרו אויף די גאסן פון די שטאט אנטווערפן, אויפן זעלבן ארט וואו רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע האט געשפאנט פאר גענוי צוויי און צוואנציג יאר צוריק פרשת ויקהל שנת תשמ"ו לפ"ק. עס איז באמת נישטא די ריכטיגע ווערטער צו שילדערן די געפילן וואס האט ארומגעכאפט דעם ציבור אנשי שלומינו.       

 

ווען דער רבי שליט"א איז אנגעקומען צום יאקאב יאקאבס שטראסע איז דער רבי שליט"א ענטפאנגן געווארן דורך פילע טויזנטער תושבי העיר מיט גרויס עקסטאז און פייערליכקייט בתופים ובמחולות. ספעציעל האט געמאכט א ערהאבענעם איינדרוק די הונדערטער ילדי תשב"ר פון תלמוד תורה מיט פענער אין די הענט, אשרי עין ראתה כל אלה.

 

דער רבי שליט"א האט אריבערשפאצירט צווישן ביידע מענטשן מויערן אנשים נשים וטף, וואס האבן זיך פארזאמעלט פון די גאנצע שטאט, און פון אלע טעראסעס און פענסטער איז נישט געווען צו געפונען קיין ליידיג פלאץ ווען אלעס שטופט זיך מיט עקסטאז און התלהבות צו כאפן א בליק אויפן רבי'ן שליט"א, דער רבי אין זיין סוויטע האט שפאצירט צום טויער פונעם בנין בית מדרשינו אויף יאקאב יאקאבס שטר.


פארמיטאג איז דער רבי געגאנגן באזוכן עטליכע חשובע רבנים פון אנטווערפן. דער רבי האט באזוכט ביי ש"ב כ"ק אדמו"ר מזשמיגראד שליט"א, ביי כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א. און דערנאך איז דער רבי שליט"א געגאנגן באזוכן ביי הגאון הגדול רבי אליהו שטערנבוך שליט"א ראב"ד מחזיקי הדת אנטווערפן. איבעראל איז דער רבי שליט"א ענטפאנגן געווארן ביותרת הכבוד

אויפן גאנצן וועג האבן אן צאל מענטשן זיך געשטופט ארום די אויטא צו כאפן א בליק אויף די שטראלענדע צורה פון רבינו שליט"א. פון אלע פענסטער, דעכער און טעראסעס, זענען געשטאנען גאנצע משפחות מיט אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, ווי אויך להבדיל אלף אלפי הבדלות גוים, וועלכע האבן געוואלט מיטהאלטן דעם היסטארישן פייערליכן מאמענט, וואס וועט זיך נישט אזוי שנעל איבער'חזר'ן אין די גאסען פון אנטווערפן. עס איז דארטן ריכטיג מקויים געווארן דער פסוק "בנות צעדה עלי שור" לויט אלע מפרשים, אשרי עין ראתה כל אלה. (צום באמערקן אז דער רבי שליט"א האט כדרכו נישט ארויסגעוויזן דאס מינדעסטע התפעלות און התרגשות נאר מיט א זיין אייגנארטיגן ענות חן איז ער געזעצן מיט אראפגעלאזטע אויגן נישט ארויסקוקענדיג צום ריזיגן ציבור וואס האט זיך געדראפעט צו כאפן א בליק אויפן רבי'ן שליט"א).


די אויטא, וועלכע איז געפירט געווארן דורך הנגיד ר' משה טובי' יאקאבאוויטש הי"ו מחשובי אנ"ש ביר אנטווערפן יו"ר וועד קבלת פנים, האט קוים געקענט שפאנען א טריט פאראויס צוליב דער אויסטערלישער געדרענג און די עסקנים האבן גאר שווער געארבייט צו עפענען פאר איר א וועג. דער מענטשן מארש איז ארויסגעגאנגן פון הויף פונעם בית רחל אויף לאמעניער שטראססע, און פון דארט זיך איינגעדרייט די גאס און איז אראפגעפארן לענגאויס מערקאטאר שטראססע.

 

ווען דער אויטא פון רבינו שליט"א איז אנגעקומען צום בריאמאנטעליי גאס וואו די דירה פון הרה"ח ר' פרץ שליט"א געפינט זיך, איז דער עקסטאז איבערגערינען אלע גרעניצן. די הונדערטער בחורים האבן אין לאנגע רייען פייערליך געטאנצן פארענט פון די אויטא און געזינגן מיט גרויס רגש של שמחה, וואס מ'קען נישט אויסדרוקן אין די ראמען פון שריפטליכע ווארט. דער רבי שליט"א איז ארויס פון די קאר און די גבאים און מקורבים האבן מיט שוועריגקייטן געמאכט א וועג פארן רבי'ן ביז די אכסניא, וואס איז געווען פול-געפאקט מיט פילע אנשים מכובדים ופני הקהלה.

 

נאך דעם הילכיגן אמן וואס האט אפגעקלינגן אין די גאסן פון אנטווערפן וואס האט נאכגעפאלגט מיט א פייערדיגן יחי אדונינו מורינו ורבינו, פון די טויזנטער מיילער, האבן זיך די בחורים און יונגעלייט געשלאסן די הענט און ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ, וועלכעס האט אפגעשפיגלט די אינערליכע רוחניות'דיגע הרגשים, וואס יעדער האט זיך איינגעקויפט אין די לעצטע פיר און צוואנציג שעה במשך דעם פארלאפענעם שב"ק. א היפש ביסל צייט האט געדויערט ביז ווי לאנג דער עולם האט זיך צושפרייט מיט געהויבענע און גייסטרייכע געפילן. (דער בעל אכסניא הרה"ח ר' פרץ לעפקאוויטש שליט"א האט זיך נאכן באגלייטן אויסגעדרוקט מיט טיפן רגש פארן די פארזאמעלטע אין שטוב אז זיין רבי דער פאיער רב ז"ל פלעגט שטענדיג זאגן דעם ווערטל "מען קען נישט פלאנירן נאר ס'דארף עלעקטריזירן", זאגענדיג מיט התפעלות אז ער האט זיך קיינמאל נישט געקענט פארשטעלן אז אזא שיינער שבת קודש וועט אפגעראכטן ווערן דאהי אין אנטווערפן).

 א ליגענט איינס אין דער וועלט

ספעציעל האט אויסגענומען דאס וואס דער דיין הקהלה הגה"צ רבי חיד"א ווייס שליט"א האט ארויסגעברענגט אז דער רבי שליט"א איז נישט אהערגעקומען נעמען געלט נאר ברענגן געלט פאר די מוסדות וואס זענען געפלאגט אין שווערע חובות. (עס מוז טאקע ארויסגעברענגט ווערן אז דאס איז געווען דער געשפרעך צווישן אלע תושבי עיר אנטווערפן, וואו מען איז געגאנגן און וואו מען איז געשטאנען האט מען אלעמען געהערט זיך אויסדרוקן מיט רעספעקט אז רבינו שליט"א איז אנדערש וואו אלע רבי'ס וואס קומען נעמען געלט, און ער האט מיטגעברענגט גרויסע געלט-סומעס ארויסצוהעלפן זיינע קהלה און מוסדות אין אנטווערפן).



זונטאג מיטאג איז דער רבי שליט"א געפארן קיין ווילרייק צו די ישיבה עץ חיים וואס שטייט אונטער די אויפזיכט פונעם ראש הישיבה שליט"א הרב הגאון רבי חיים ארי' שפיטץ שליט"א, וואו דער רבי שליט"א איז ענטפאנגן געווארן דורך די בחורים מיט געזאנג ווי עס פאסט זיך פאר אזא געהויבענער גאסט. דער רבי האט געזאגט א לומדי'שן שיעור אויף די סוגיא וואס די בחורים לערנען יעצט, וואס איז איבערגעהאקט געווארן דורך איינער פון די מגי"ש הרב הגאון רבי אברהם עהרנטריי שליט"א, אייניקל פון הגה"צ הרב סעגאל זצ"ל פון מאנטשעסטער, וואס האט אריינגעפרעגט אינמיטן דעם פלפול.

 

די לומדים ובעלי תריסין פון ישיבה זענען שטארק נתפעל געווארן פון רבינ'ס דרך הלימוד אין די סוגיא, און האבן א לענגרע צייט שפעטער זיך נאך מפלפל געווען איבער די טיפע חידושים פון רבינו שליט"א.

 

נאכן דאווענען איז דער רבי שליט"א געגאנגן באזוכן ביי הרה"צ רבי יודל לייפער שליט"א אדמו"ר מפרעמישלאן.

 

 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2009 22:55 לינק ישיר 

דא האט די גאנצע טינופת פין דעם לץ

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2375467&forum_id=19196



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שטיקלעך פין הגז"ל'ס שלחן של זבל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext