בית פורומים כל העולם כולו

חיליק פראנק'ס יה אכסוף - הערט און ווערט נתרגש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/1/2009 22:19 לינק ישיר 
חיליק פראנק'ס יה אכסוף - הערט און ווערט נתרגש

ער איז דער בעסטער חסידי'שער קלארינעט שפילער אין דער וועלט. ווער עס פארט ל"ג בעומר קיין מירון, ראש השנה קיין אומאן און סוכות קיין מאה שערים ווייסט פון אים צו זאגן. ער נעמט ארויס מענטשן פון די כלים.

ווער ס'האט א געפיל צו מוזיק און צו חסידישע נגינה וועט נתרגש ווערן פון דעם קליפ.

http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-3657705,00.html



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2009 05:38 לינק ישיר 

באלזאם אויף די נשמה וואונדן....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2009 06:17 לינק ישיר 

הערליך שיין!
ווען אין טאג קען מען עם זעהן דארטן?
איך פאר סיי ל"ג בעומר אויף מירון אין סיי אויף אומאן ר"ה און איך געדענק נישט דעם פערזאן.
ס'דא איין רויטן לעבעדיקן ירושלים'ער וואס איך זעה אלץ מיטן מייק טאנצן אויפן סטעיזש סיי מוצאי ר"ה און אומאן און סיי ל"ג בעומר און מירון אבער דעם שפילער געדענק איך נישט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2009 07:45 לינק ישיר 

מיינסט דעם רויטן וואס שרייט "פרישע פרישע, העיבט אייך". כ'האב פארגעסן זיין נאמען.

דער חיליק פראנק איז פון די הויפט שפילער אין מירון און אין אומאן. אבער מען טאנצט דאך אזויפיל שעות דארט, נאכדערצו אין מירון, ער איז פארשטייט זיך נישט דארט די גאנצע צייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2009 18:01 לינק ישיר 

פארוואס קען איך נישט קליקן אויף דעם קליפ?


מיין פינגער פארט געמיטלעך ארום אויף דעם קליפ, אזוי ווי עס ברויך געווען צו ארבעטן, אבער איך קוועטש דעם קנעפל און עס ארבעט נישט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2009 14:49 לינק ישיר 

דער בעסטער חסידישער קלארינעט שפילער מיז נישט מיינען א גוטער שפילער ווייל עס זענען דא גאנץ ווייניק שפילער ביי חסידים אויסער די וואס מאכן א רעש ביי חתונות. ער איז נישקשה אבער נישט מער. ער זינגט נישט מער ווי דער ניגון און גאר צושטאט און ער מאכט נישט קאליע מיט דריידעלעך און שטיקלעך. ווען ער זאל מוסיף זיין א נופך משלו  וואלט מען געקענט רעדן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2009 01:57 לינק ישיר 

שוין, נאך א סעלף העיטינג חסיד. מזל טוב.

ענדע_צדיק, כ'האב פאר דיר נייעס אז ער הייסט פון די סאמע בעסטע מוזיקאנטן אין גאנץ ארץ ישראל, און זיין נאמען ווערט אפט דערמאנט אין די פרייע פרעסע.

און אגב, האט מען אין די לעצטע פאר יאר געזען אמת'ע שטערנס וועלכע זענען אויפגעקומען צווישן חסידים אין דעם עולם הנגינה און עולם המוזיקה, א שטייגער ווי "שירה" וואס הייסט היינט איינע פון די בעסטע כארס אין די וועלט פון אידישע נגינה, און איך ווייס נישט פארוואס דו האסט אזא פארגעניגן אוועקצומאכן חסידים כאילו זיי קענען גארנישט, ווען באמת איז היינט געווארן די סטייל צו נוצן דווקא היימישע חסידישע מוזיקאנטן און חסידישע כארס מיט בערד און פיאות ביי אלע גרויסע צוזאמענקונפטן.

אדרבא, מאנכע עקספערטן זאגן אז חסידים פארשטייען סאך בעסער צו דעם פאך ווי אנדערע קרייזן.

דא איז נאך אן (אודיא) קליפ פון חיליק פראנק פאר דער וואס וויל הערן חיליק פראנק שפילן א שנעלן ניגון.
http://n3.inn.co.il/News/News.aspx/180576



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2009 02:07 לינק ישיר 

חיליק פראנק ביי א חתונה אין ניו יארק
http://www.youtube.com/watch?v=87jVS_eA0DY&feature=related



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2009 07:02 לינק ישיר 

ר´ זיסקייט, כל זמן א קריטיק ווערט תיכף ומיד, כלשונך, א סעלף הייטינג חסיד, וועל איך מיך נישט פארלאזן אויף ´ ער הייסט´ און אויף ´מען´ און אויף דער גרעסטער הרוצה לשקר ´דער פרייע פרעסע´. און אויף די ´מאנכע עקספערטן´ זיי זענען דאך אוודאי סעלף לאווינג חסידים ממילא זענען זיי נישט וויינקער נוגע ווי איך.

ועכשיו לגופו של ענין. איך האב נישט געזאגט אז מיר קענען גארנישט נאר אז מיר פארמאגן מיר גאנץ ווייניק. יא עס מאכט זיך א גוטן טאלענט פון צייט צו צייט, איך האב שוין געזען אפאר פון זיי אויפטרעטן אין ´טשולנט´ אויף ליל שישי, און אמאל זעט מען זיי אויף א חתונה, רוב זענען אבער רעש מאכערס. אויף המזמרים האב איך שוין אויך געהערט גרויסע זאכן באט לעניות דעתי זיי סאק.

און ווען עמעצער שיינט שוין יא אביסל ווערט ער באלד א שטערן ווייל ער קען נאכזינגן א מעלאדי אן עס רצחנען. נא, על כגון דא זאל איך אז ער איז נישקשה ענד נאו מאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2009 07:19 לינק ישיר 

איך האב יעצט געהערט די לינקס. הער אויס משה בערלין וואס איז געלינקט אויף יו טיוב. ער איז פיל פאכיק בעסער. שכוח אויך פארן לינק אויף n3.inn. איך האב דער זעלבער ניגון פון א שפילער ד´זאעל רובין  און אדרבה געמיר אן אימייל אדרעס וועל איך עס דיר שיקן און לאמיר זען צי דו האלטסט נישט אז ער פאקט אים איין פיל פאכיק. נאר וואס דען ער שפילט נישט אין אומן אין אין מירון און ביי די אנדערע צאמקום פלעצער פון היימישע ´מבינים´ ממילא קער ער זיך נישט פארמעסטן.  איז טאקע א פראבלעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2009 07:45 לינק ישיר 

1. משה בערלין טוט זיך אויף מיט חיליק פראנק אז ער איז זיין בעסטער תלמיד.

2. איך האב געשריבן "שירה" נישט המזמרים. "שירה" זינגט היינט ביי אלע נאציאנאלע ארטאדאקסישע צוזאמענקונפטן אין אמעריקע.

3. טשאלנט קלאב... הא? כ'דארף גארנישט מער צולייגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2009 07:52 לינק ישיר 

בנוגע טשולנט, מיר רעדן מיר יעצט פון טאלענט נישט פון יראת שמים. טאמער וועסט דו נאר הערן די וואס פארן קיין אומן און מירון זאלסט דיר נישט האבן טענות אז איך מאך אוועק דיין מבינות ווייל דיין ספעקטרום איז צו שמאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2009 17:15 לינק ישיר 

סך הכל: דער ענדע צדיק פון טשולענט זאגט אז חיליק פראנק איז איי איי....

וד"ל





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2009 01:05 לינק ישיר 

גאסט, זאלסט מיר מוחל זיין, ווי ס'קוקט אויס האסטו א ניצוץ פון רעיסיסט.
ווען מ'רעדט פון טאלאנטן ווי מאכט א חילוק ווי דער פארשוין שפילט?
אונז רעדן דא צו חילוק איז דער בעסטער צו עס איז דא נאך אזאנע..... פארוואס קומט עם דעם פליק דער ענדע צדיק פון טשולענט וד"ל?
 יא, די "שוואכע סחורה" זענען אמאל אויסגעצייכנט און עולם הנגינה, מיר רעדן נישט דא צו די טשולענט קלאב איז פאר אונז צו נישט, סך הכל האבן מיר פשוט אן open debate




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2009 03:28 לינק ישיר 

מלקות צדיק, ענדע האט אנגעהויבן רעסיסט, מום שבך אל תאמר לחברך.
און צווייטענס מיין איך אז דו ביזסט קיינמאל נישט געווען אין די צודרייטע קלאב וואו די איינציגסטע מעלה איז אז "ספעקטרום איז זייער ברייט" אפילו די קאפ איז זייער שמאל און פלאטשיק, די גרעסטע משוגענע אויב איז ער פון די קלאב איז ער קדוש קדוש, און די בעסטע און שענסטע אויב איז ער א חסיד אדער פלעין אזוי א נארמאלע מענטש איז ער שוין גראד אפגעפרעגט

חיליק פראנק הייסט איינע פון די בעסטע קלערינעט שפילערס אין די גאנצע בזינעס, האק דיין באבען אין קאפ אריין מיט די גרעפצעס פון טשאלענט און האלט דיך געזינטערהייט מיט ענקערע משוגעים פון דארט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2009 17:42 לינק ישיר 



חיליק פראנק נעכטען ביי די תולדות אהרן שבע ברכות אין מאנסי.





















תוקן על ידי לאגיש ב- 04/02/2009 17:38:56




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > חיליק פראנק'ס יה אכסוף - הערט און ווערט נתרגש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext