באקומען אין אישית:
א אינטערעסאנטע סתירה זעה איך אויף די צעטעל פון "סאכדעס", קודם שטייט דארטען א פסק הלכה אז אלע ראזשינקעס זענען גוט און מ'מעג עס עסען, נאכדעם שטייט א עקסטערע סעיף אז זייערע משגיחים גייען יא באקוקן אלע זייערע ראזשינקעס וואס זיי נוצן אין זייערע פראדוקטס
וויל איך פארשטיין וואסארא חוזק און שפאט איז דעס, קודם שטייט אז אלעס איז גוט. ס'מיינט אז איך מעג אריינגיין אין יעדער סטאר און איינקויפען און עסען וויפיל ראזשינקע איך וויל, יעצט פארוואס דארפען ענקערע משגיחים יא בודק זיין ראזשינקעס וואס גייט אריין אין ענקערע פראדוקטען?? ס'איז דאך כשר לכתחילה?? נישט אזוי? זייטס מחליט, כשר אדער אסור? לכתחילה אדער בדיעבד?
א אפענע גראבע סתירה, האט דעס איינער אפשר געשריבען ווען ער איז געוועזען שיכור?
|
|