| נשלח ב-1/2/2009 03:01 |
|
| |
שריפה ל"ע קליימער טעררעס
ווער ווייסט פרטים פון די גרויסע שריפה דעם שבת קודש אין קליימער טעררעס
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2009 03:25 |
|
| |
ווייסט איינער וואס איז געבליבן מיט דעם עלטערן יוד, ווייס, לויט ווי מען שמועסט האט מען נישט געזעהן זייט די שריפה ל"ע.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2009 03:29 |
|
| |
דער איד ווייס איז איבער 100 יאר אלט, ער איז די שווער פון הרב פירטה פון קליימער טערעס די בילדונג איז כמעט איינגעפאלען און מען זיכט אים איצט.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2009 09:32 |
|
| |
די לווי' גייט פארקומען זינטאג פאר 500 בעדפארד
דערנאך טראגט מען דעם נפטר אויף ארץ ישראל,שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2009 09:58 |
|
| |
געוועזען א תלמיד ביי בעל עצי חיים זי"ע
אוועק אין טאג פון זיין יארצייט
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2009 15:59 |
|
| |
אנטשולדיג מיך פאר פרעגן אין אזא האקעלע צייט, אבער סקען זיין אז סהאט עפעס צו טון מיט די סיבה פארוואס די העעלט דיפארטמענט האט זיי אמאל געוואלט אפשפארען?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2009 17:21 |
|
| |
זיין ערשטע ווייב ליגט אין ארץ ישראל, ער האט אויך געוואוינט אין ארץ ישראל נאכן קריג.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2009 17:24 |
|
| |
ער אזי געראטעוועט געווארן אין די לעצטע מינוט פונעם קאלעך אויבן ביי די דייטשען ימ"ש, ווען די לעצטע מינוט האט אים א דייטש ארויסגעשלעפט, איצט איז ער נעבעך אומגעקומען אין א גאז אויבן.
ר' דוד מרדכי ע"ה איז נאך שבת צופרי געווען אין מקוה און ער האט אויסגעזאגט תהלים אין ביהמ"ד בבית רבינו זצ"ל 500 בעדפארד, און ער איז אהיים געגאנגען נעמען זיין טלית, און דעמאלס איז ער נעבעך אומגעקומען.
א שוידער!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2009 18:11 |
|
| |
| מבני_בניו כתב: |  | | אנטשולדיג מיך פאר פרעגן אין אזא האקעלע צייט, אבער סקען זיין אז סהאט עפעס צו טון מיט די סיבה פארוואס די העעלט דיפארטמענט האט זיי אמאל געוואלט אפשפארען? |
|
ניין, ער האט געהאט אמאל א אומלעגאלע שטאק, און די "בילדינג דעפארטמענט" האט אים עס געהייסן אראפ ווארפן, זייט דעמאלט איז ער געהעריג לעגאל, דארפסט אליין פארשטיין אז ער האט דארט א עמטליכע מעדיקל סענטער דארף ער זיין הונדערט און איין פראצענט אויסגעהאלטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2009 21:06 |
|
| |
די לוי' האלט יעצט אינדערמיט, ר' זלמן לייב האט פריער גערעדט, יעצט רעדט הגה"צ אב"ד קאפיש שליט"א.
א גרויסער עולם איז פארזאמעלט אפצוגעבן כבוד האחרון.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2009 21:36 |
|
| |
אויך האט גערעדט הגה"צ אב"ד דושינסקיא וומס"ב שליט"א.
אין א אייניקל, וואס האט אויך ארויסגעברענגט אז ער איז געווען א תלמיד וותיק פון בעל קרן לדוד זי"ע (אויב נישט דאס לעצטע תלמיד)
איבערגעלעבט ביידע וועלט קריג.
חבל על דאבדין, ווער עס האט צוגעזען א דאווענען פון דעם איד מיט א פרישקייט אז מיר אינגעלייט פלעגן זיך שעמען פון איהם, געווען א בעל קורא, געהאט פאר יעדן א גוט ווארט אין א שמייכל, געקענט צדיקים פון אמאל, געלעבט מיט זייער אוויר, כסדר געווען א דולה ומשקה פאר ווער ס'האט נאר געוואלט הערן, א אמת'ע טעם זקנים, אבידה שאין לה תמורה.
יה"ר אז ער זאל זיין א מליץ יושר בעולם העליון, שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די ובלע המות לנצח ובא לציון גואל במהרה.
|
|
|
|
|