סקולען קויפט ב"ה נייע קאנטרי
דער ווינטער איז שוין באלד באלד פארביי, און אין סקולען טראכט מען שוין פונעם זומער.
אייגענטליך איז עס נישט ממש סקולען, נאר דער גבאי ר' שמעון ישראל פריעד, ער איז שוין העפטיג פארטאן אין זוכן א פאסיגע קאנטרי (אינוועסטמענט).
איי, מ'דארף דאך א מיליאן צוויי פאר א קאנטרי?
נישקשה. מ'אראנזשירט שוין א פרישע נסיעה קיין לאנדאן, און דארט וועט מען אי"ה שארן גענוג און נאך פאר א קאנטרי, מיטן אויבערשטנס הילף.
א יאר צוריק, האט דער געלונגענער גבאי, ר' שמעון ישראל זיך אויך גענייטיגט אין א קאנטרי, און געלויבט דעם פון אויבן, אז עס איז אים ב"ה איינגעפאלן דער פלאן פון די "ריזיגע נסיעה קיין לאנדאן" מיט כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, און די נסיעה האט ב"ה געברענגט די געוואונטשע רווחים.
איצט האט שוין דער כיטערער ר' שמעון ישראל פריעד די נויטיגע ערפארונג ב"ה. ער ווייסט שוין פונקטליך וויפיל ער קען אראפלייגן א דאון פעינמענט, געוואונדן לויט וויפיל פרישטאגס מ'וועט אי"ה שלעפן דעם רבי'ן, און וויפיל הבדלה'ס מיט בראנטשעס בס"ד.
און וואס איז מיט די הייליגע מוסדות חסד לאברהם, מיט די צען טויזענט קינדערלעך וואס סקולען פירט אן אין ארצינו הקדושה אזוי מעכטיג...
איר פרעגט נאך???
ס'איז א סימן אז מ'קען אייך פארקויפן דעם ברוקלין בריק...
 |
|
|