איך וואונטש פאר די משפחה הנשברה זיי זאלן אויפגעראכטן ווערן פון זייער צער, און באמת וויל איך נישט חלילה פוגע זיין אפילו כמלא נימה אין א משפחה וואס טרויערט אויף א טראגעדיע, השי"ת ירחם עליהם ועל כל בית ישראל,
אבער וויבאלד דאס איז א זאך וואס בארירט גאנץ כלל ישראל, און היות דער ענין אינסאלט די אינטעלידשינס פון טויזנטער מענטשן, שפיר איך א פליכט מגיב צו זיין איבער דעם האוקס וואס הערט נישט אויף צו פארשפרייט ווערן דורך מאנכע איינגערעדטע
די גרעסטע סייענטיסטן און מעדיצינישע פארשער זענען נאכנישט דערגאנגען ווי אזוי עס פאסירט יענע מעשה ר"ל, יעדער איז מודה אז דאס איז אן אצבע אלקים, אן עונש מן השמים, א התעוררות צו תשובה, און פונקט אין וויליאמסבורג איז מען דערגאנגען דעם שורש הדבר?
די מויסטשער קיור טעאריע איז נישט באשטעטיגט געווארן דורך קיין שום מעדיצינישע עקספערטן, קיין שום העלט דעפארטמענט, נישט אינטערנאציאנאל, נישט נאציאנאל און נישט לאקאל האט נישט באשטעטיגט אז מויסטשער קיור איז שעדליך (עס איז נאר צו א שארפער גערוך און עס קען שאפן אומאיינגענעמליכקייטן אויף די מינוט), די איינציגסטע וואס האבן דאס באשטעטיגט בכתב זענען עטליכע דיינים וועלכע האבן א טובה געטון און אונטערגעשריבן א קול קורא, פונקט ווי זיי שרייבן אונטער יעדן נארישן קול קורא וואס ערשיינען היינט ווי שוועמל נאך א רעגן (און דאס האט געברענגט אז אפילו א קול קורא פון ווערעם אין אלס און אלעמען גלייבט מען אויך נישט)
נאכאמאל, איך וואונטש פאר יעדן געזונט און אריכת ימים, אבער אויך חן ושכל טוב בעיני אלקים ואדם און עס איז צייט אויפצוהערן מיט דעם וואנזיניגקייט
אויב דארף מען זיך עפעס פארנעמען א דבר טוב צוליב די פריצייטיגע פטירה פון א יונגע מאמע, איז עס תשובה ותיקון המעשים, נישט מויסטשער קיור. ודי בזה.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 06/02/2009 15:48:19
 |
|
|