בית פורומים כל העולם כולו

דראמאטישער אויסגאנג פון די בחירות אין מדינת ישראל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/2/2009 02:41 לינק ישיר 
דראמאטישער אויסגאנג פון די בחירות אין מדינת ישראל

קעגן אלע פאראויסזאגעכצער האט קדימה אונטער ליבני איבערגעשטיגן ליכוד אונטער ביבי נתניהו, דערווייל מיט 60% געציילט שטייט קדימה העכער מיט איין חבר הכנסת, 29-28.

דער פרייער רעכטער איוואט ליבערמאן דרייט זיך ארום 16-17, און ער וועט זיין דער שליסל איבער ווער ס'וועט זיין דער קומענדיגער ראש הממשלה. ביבי האט שוין ערקלערט אז ער וועט אויפשטעלן א רעגירונג ווייל די רעכטע פארטייען האבן אינאיינעם א קלארע אויבערהאנט פון מינימום 65 חברי כנסת (אבער אין דעם ציפער ווערט אריינגערעכנט יהדות התורה, וועמען מ'קען נישט אויסרעכענען. פונקט ווי ש"ס קען גיין ביידע וועגן, אפילו ליבערמאן אליינס קען מען נישט געהעריג פאראויסזאגן וואס ער וועט טון).

יהדות התורה (אגו"י-דגל) קוקט אויס ווי זי איז געפאלן כאטש צו 5, דערווייל שטייט זי ביי 4, אבער מ'שאצט אז זי וועט נאך ארויפגיין צו פינף.

ש"ס איז אויך געפאלן, דערווייל שטייען זיי ביי 11 (פון 13), און זיי גייען זיין די פינפטע פארטיי אונטער קדימה-ליכוד-ישראל ביתינו-העבודה, אנשטאט ווי זי איז ביז יעצט געווען די דריטע.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2009 03:05 לינק ישיר 

ווי ס'קוקט אויס האט אגודה געכאפט א פאטאלן קלאפ פאלנדיג צי פיר קאנדידאטן פין ווי ס'איז געווען זעקס.
דאס אלעס איז א נאכוויי פין די מאיער וואלן אין ירושלים ווייל גור איז געווען קעגן מאיר פרוש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2009 03:26 לינק ישיר 

מיט 81 פראצענט פון די שטימען אפגעציילט איז ליכוד געפאלן מיט איינס און איז יעצט 27 קעגן 29 פאר קדימה.

אגודה קוקט אויס האט געכאפט א שרעקליכן קלאפ (נישט פאטאל. די פארטיי בלייבט נאך שטיין. פאטאל נוצט מען נאר ווען ס'איז שוין אינגאנצן דערנאך) אז זיי האבן אנגעצויגן נאר פיר ווען אלע אנקעטעס (אפילו די עקזיט פאולס) האבן געוויזן אז זיי בלייבן ביי זעקס (איך בין נישט באקאנט אזוי מיט די איזראעלי פאליטיק. ווייסט איינער צי מען האט שוין געציילט אלע פרומע געגנטער?) ש"ס האט גראדע אנגעצויגן איינס מער ווי די אנקעטעס האבן געוויזן כאטש זיי זענען אויך געפאלן אין נאמבערס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2009 03:36 לינק ישיר 

ירושלים איז שוין כמעט פארטיג, בני ברק איז נאך דא א היפשע צאל צו ציילן, און דער פינפטער מאנדאט וואקלט זיך נאך צוליב "הסכמי עודפים".

לאגיק זאגט יעצט אז ס'וועט בלייבן ביי פיר, אדער זייער טייט פינף, סיי וויאזוי איז עס 'א געלעכטער מיט יאשערקעס', די אינערליכע מלחמה גייט ערשט יעצט אויפפלאקערן. ווען דער שולד גייט ארומלויפן ווי פרעה מיט די פיזשאמעס, און אלע 'אינגעלעך' גייען טייטלען אויף אן אנדער ריכטונג.

זיסקייט, ס'איז טאקע נישט פאטאל אויפן מאמענט, אבער ס'איז פאטאל אויפן עתיד. דער דורכפאל - צוזאמען מיטן פאקט אז אלע פיר ח"כ בלייבן די זעלבע אלטע דורכגעפאלענע ח"כ - וועט פארזיכערן אזא וועלט מלחמה אין די קליינע פארטיי אז עס וועט ווערן ממש פאראליזירט.

ס'איז בכלל נישט אויסגעשלאסן צו זאגן אז ביי די קומענדיגע וואלן וועט זי נישט אנציען גענוג צו קענען אריינקומען, אויסער אויב עפעס דראסטיש פאסירט, וואס זעט זיך בכלל נישט אויפן האריזאנט.

[שטעל זיך פאר ווען די אהרונים און זאליס דארפן זיצן אינאיינעם אין איין פארטיי]

תוקן על ידי אפשר_דאך ב- 11/02/2009 3:49:03




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2009 04:08 לינק ישיר 

אגודה האט שוין אפיציעל פינף



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2009 04:25 לינק ישיר 

מען האלט ביי 92 פראצענט און ס'איז צוריק 28 פאר קדימה און 27 פאר ליכוד, און אגודה האט זיך ארויפגערוקט צו 5 (וואס איז נאך אלץ א פראסק).

דאס מיינט אז נתניהו וועט לכאורה עווענטועל ווערן דער פריים מיניסטער, אויב די רעכטע פארטייען וועלן זיך אלע פאראייניגן, אזוי אז ליבני וועט נישט קענען שטעלן קיין אייגענע רעגירונג.

ווי ס'קוקט אויס האבן אלע טראדיציאנאלע פרומע און רעליגיעזע פארטייען געליטן דורכפעלער.

אגודה איז געפאלן פון 6 צו 5.
ש"ס איז געפאלן פון 17 אין תשנ"ט צו 12 אין תשס"ו צו 11 יעצט.
די מזרחניקעס פון האיחוד הלאומי זענען געפאלן פון 9 צו 4
(די נייע מזרחי פארטיי הבית היהודי האט אנגעצויגן נאר 3. דאס מיינט אז די מזרחיס האבן אינאיינעם פארלוירן 2)

פון די אנדערע זייט האט די קליינע אראבישע פארטיי רע"םתע"ל זיך ארויפגערוקט פון פיר צו פינף.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דראמאטישער אויסגאנג פון די בחירות אין מדינת ישראל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext