ס'איז קלאר אז הרה"ק מבעלזא זיע"א האט געהאלטן אז מ'זאל גיין צום בחירות. (ווער ווייסט נישט וועגן די דרשה פון רביה"ק בעל 'דברי יואל' זיע"א, אין תשט"ו, וועגן אהרן מיט די עגל?). ס'איז נאר די פראגע פארוואס? צו וועגן די השפעה פון די משב"קים. אבער ביי אמתע חסידים, מאכט מען נישט א זעלכע חשבונות, אין טאמער די רעבע האט געהייסן, גייט מען.
אגב, אינטרעסאנטע זאך וואס דערציילט אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א, אז ער האט געזאגט צו ר' עמרם בלוי זצ"ל, אז טאמער דער בעלזער רב הייסט איהם גייען צום בחירות אזוי וואו ער הייסט פאר אלעמען, גייט ער אהן קיין ספק נישט. אין ער איז טאקע געגאנגען צום בעלזער רב אין טאג פון בחירות, אין צו דו מענטשן פאר איהם האט דער רב געהייסן גיין צום בחירות, אין צו איהם אליין האט ער דאס נישט געזאגט.
איין זאך וואס איז אינטרעסאנט צו באמערקן, אז דער בעלזער רב אליין, טראץ דעם אז ער האט געחתמ'ט אויף די 'חוב קדוש', אין געזאגט בע"פ צו אלע בעלזע חסידים גיין אין בחירות, ער אליין איז נישט געגגאנגען.
אין היינט אויכעט, דער היינטיגער בעלזער (להבדיל מיז מען זאגן), טראץ דעם וואס ער חתמ'ט אויף די 'חוב קדוש', אין הייסט בעל פה גייען אין בחירות, ער אליין גייט נישט.
ווייסט אויס, אז דער מאחנאווקער אליין איז מודה, אז ער איז נישט דער ממשיך פון בעלזער רב, און וועגן דעם גייט ער יא אויף בחירות.
נשלח ב-12/2/2009 18:42
להבדיל?! צווישען וואס און וואס?
נשלח ב-12/2/2009 18:59
tzvibp28 כתב:
להבדיל?! צווישען וואס און וואס?
ערשטנ'ס בין חיים לחיים.
צוויטנ'ס בין קודש לקודש.
נשלח ב-12/2/2009 21:48
כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא מכנובקא שליט"א איז א הייליגער אין זייער א תמימותדיגער איד אין ווען די די הייליגע בעלזער רב ז"ל וואלט ווען געהייסן זאגן הלל בשעתן גיין צו די בחירות וואלט ער דאס אויך געטוהן, "בתור מנהיג פאר איבער 1000 בעלזא חסידים אין 16 בעלזא בתי מדרשים איבער די גאנצע וועלט" טוט ער וואס די הייליגע בעלזא רב ז"ל האט געהייסען טוהן , אין הרה"ח הנגיד ר' אלי' ענגלאנדער שליט"א פארשטייט עס אין רעספעקט עס,
לגבי דאס וואס די הייליגער רב ז"ל אליינס איז נישט געגאנגען . האט כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא מכנובקא שליט"א קלאר געזאגט אז דער רב איז געווען א מלאך אין זיינע דרכים פארשטייט ער נישט אין קומט נישט צו צי אים ... אפשר דער בעלזער ירושלימער רב פארשטייט יא אין האלט אז ער איז להבדיל ... אזוי ווי די היילגער רב ז"ל אין פארשטייט אז ווען די רב ז"ל האט געהייסען גיין צו בחירות האט מען אים נישט געמיינט ,
נשלח ב-13/2/2009 19:21
בעלזא2 כתב,
"בתור מנהיג פאר איבער 1000 בעלזא חסידים אין 16 בעלזא בתי מדרשים איבער די גאנצע וועלט" טוט ער וואס די הייליגע בעלזא רב ז"ל האט געהייסען טוהן"
מען דארף דערויף צי לייגען אין מערקען אז דאס איז נישט כולל די הינדערטער מחנווקא חסידים/אוהדים וואס ער האט יורש געווען פין אדמו"ר ממחנוווקא זצ"ל?
2בעלזא2 כתב,
לגבי דאס וואס די הייליגער רב ז"ל אליינס איז נישט געגאנגען . האט כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא מכנובקא שליט"א קלאר געזאגט אז דער רב איז געווען א מלאך אין זיינע דרכים פארשטייט ער נישט אין קומט נישט צו צי אים
אויב פארשטייט ער נישט די דרכים פין די הייליגער בעלזער רב ז"ל, דאן מיין איך אז ער וואלט אויך געדארפט לויפען צי ווערען א חבר כנסת.
ווי אזוי ווילסטי בכלל ער זאל פארשטיין? האט ער דאן אמאהל געזען די הייליגער רב ז"ל? האט ער דען בעפאר ער איז אלט געווען 25 יאהר געוויסט וואס בעלזא מיינט? געקענט בעלזער מנהגים, ספורים, תורות?
אדער האט האט ער נאר געהערט דברי גנאי אויף בעלזא פין זיין טאטע וואס האט געהאלטען אין איין מצער זיין די הייליגער רב ז"ל אין געהאלטען אין איין געבען interviews פאר די פרייע צייטונגען אנטקעגען בעלזא?
ווי האט ער געלערענט די בעלזער דרך אין מנהגים?
אין ........ Hebrew Day School of?
אדער גאר אין ישיבת ............. ווי כ"ק אדמו"ר מסקוורא זצ"ל האט אים אריינגעשטעלט נאכדעם וואס ער האט אים ארויס געראטעוועט פין זיין טאטען'ס רשות?
אדער גאר אין די עלטערע בחורישע יאהרן ווען ער האט זיך געדרייט אין סקוורא?
נשלח ב-15/2/2009 19:43
אני לא אתייחס לדברי ההבל של קונצען כלל וכלל כדי לא לפגוע באלפי חסידי בעלז י-ם שרבם התחנך אצל הרה"ח ר' משה טובי' גרינצוייג ז"ל ואח"כ בעט בו
אבכל בכל זאת במה שנוגע לבחירות אצטט מה שכתוב בספר פאר משה
בעת הבחירות לכנסת הראשונה, אמר מרן ביום הבחירות כי הוא עצמו גם צריך להצביע. ואף היה פלוני אשר רצה לסדר שיביאו לבת מרן "ארגז הצבעה", כדי שמרן יוכל להצביע בביתו. אך אני אמרתי למרן כי הקול היחיד של מרן אינו כה חשוב ולא הוא שיכריע. העיקר הוא שמרן אמר להצביע עבור הרשימה הדתית, ועל ידי זה רבים מאד ילכו להצביע ואין צורך להטריח את מרן בעצמו להצביע. ומרן קיבל את דברי, והוא עצמו אכן לא הצביע.
"פאר משה" כתבי ר' משה אורטנר ז"ל
נשלח ב-15/2/2009 21:13
חברים3 כתב,
אני לא אתייחס לדברי ההבל של קונצען כלל וכלל
איך וועל פראבירן צי באקימען נאך פין די אזוי געריפענע "דברי ההבל" אבער אלטס אן הקדמה לייג איך דאס ארויף.
איך וועל פראבירן צי שאפען די אנדערע ארטיקלען מיט interviews וואס ער האט געגעבען אין געלאזט שרייבען אין די פרייע צייטונגען אנטקעגען בעלז, ווייל מען האט עם געבעטען צי משנה זיין די התנהגות אין אויף הערען מצער צי זיין די רב ז"ל אין אז נישט דארף ער פארלאזען דאס פלאץ, איז ער געלאפען באשמיצען ביי זיינע גיטע פריינד אין די פרייע media
2בעלזא2 איך קען כמעט אלע מחנופקער חסידים און איך קים נישט אן צו 300 ווי וואוינען דע אנדערע 700 ? אויף דע אנדערע זייט פון דע סמבטיון ?
נשלח ב-16/2/2009 01:55
איך מיין די מאכנובקע האבן יעצט אן ערנסטע פראבלעם, ר' אהרלע איז שוין געווען אן אלטע איד ארומגענומען מיט שלום פויגעל ז"ל. האט סאטמאר עס משיג געווען טיילווייז.
גיין צו די בחירות איז ביי סאטמאר יהרג ואל יעבור. יעצט זענען זיי קרח מכאן וקרח מכאן.
נעבעך
נשלח ב-16/2/2009 14:54
שנעלקל, עס איז נישט דע מאכנובקע וואס האבן א פראבלעם, ביי זיי איז ער א קדוש צו ער גייט יא צו דע בחירות צו נישט (איך רעד נישט פון אלע 300 קעגענערס פון בעלזא וואס דרייען זיך ביי אים, איך רעד פון דע ביסל אמתע חסידים וואס ער האט) עס איז סאטמער וואס האט א פרובלעם ווער עס וועט הייסען בא ענק יעצט דער ממשיך פון דעם הייליגען בעלזער רב זי''ע (ביי דיר אהרלע אדער ר' אהרעלע) דער פון ירושלים זיכער נישט, ער איז דאך טרייפע ווי לעכט, און פון יעצט דער איידעלער מחנופקער אויך נישט.
איך האב פאר ענק א הצעה, עס איז דא איינער אין אמעריקע וואס ער איז סיי א בעלזע אייניקעל און סיי א בעל תשובה און ער גייט נישט צו דע בחירות (ווייל ער וואינט נישט אין ארץ ישראל), זיין נאמען איז דניאל רוקח, ער איז אויך גיט אויף דע פיקטשעס אין כל העולם כולו.
יחי המלך.
נשלח ב-17/2/2009 18:18
טו_דו, דאס איז זייער א גיטע פלאן, יעצט דארף מען נאר אז דער ממליך מלכים עליש ענגלענדער זאל מסכים זיין דערויף, ווייל א שטיקל חטא האט ער דאך אין דאס איז אז דער בעלזער רב האט עם געמאכט פאר א בעל תשובה.
תוקן על ידי קונצען ב- 17/02/2009 18:15:02
נשלח ב-18/2/2009 08:19
בעלזא שרייבער ענק פארדרייען די אשכול .
די אשכול איז איבער די מאכנובקער בעלזער רבי וואס איז געגאנגען צי די בחירות אין די בעלזער ווילן דערמיט אויפרעגן ר' משה פריעדמאן משב"ק סאטמאר אז ער זאל אויפהערן שרייבן בעלזא הישן אדער בעלזא מכנובקה ,
איבער די בעלזא מאכנובקער רביס עתיד איז דער בעלזער ראש הישיבה הגאון ר"ש בראנדער ז"ל אין החסיד ר' משה טובי' גרינצווייג ז"ל געגאנגען אין בג"ץ אז ער זאל מעגן גיין אין א אידישע חדר אפי' זיינע עלטערין ווילן נישט???????????????
צום נושא פין דעם אשכול א בעלזא רבי אין מנהיג פאר בעלזא חסידים דארף טוהן וואס די בעלזא רב האט געהייסען אויב וואלטן די היינטיגע רבנים נישט געפאלגט די אלטע אין מיר וואלטן נישט געטוהן וואס אונזערע עלטערין האבן געהייסן טוהן וואלט די גאנצע היינטיגע דור נישט געגאנגען קיין בארד אין פיאות, דאס פארשטייט סאטמאר אין די עוולה פין בעלזער רבי איז געווען אז ער האט גערעדט מיט חוצפה צי אלע גדולי הדור נישט זיין ציונות חלק ,
גייט דער בעלזער צו די בחירות אדער נישט ?
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 18/02/2009 16:38:21
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 18/02/2009 16:39:52
נשלח ב-18/2/2009 09:26
בארד אין פיאות וואלט מען נאך געגאנגען ... מאך נישט אזוי אוועק אונזער דור אונז זעמיר די ערשטער דור וואס מען האט געגעבן די אינטערנט נסיון ...
אונזערע מנהיגים זענען אויך נישט אוועק צומאכען אין בעלזא אוודאי נישט קוק אויף דעם לינק