בית פורומים כל העולם כולו

דזשאד גרעג ציעט זיך ארויס פון אבאמא אדמיניסטראציע.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/2/2009 00:05 לינק ישיר 
דזשאד גרעג ציעט זיך ארויס פון אבאמא אדמיניסטראציע.

און צום.... פערטן מאל..

אין א פלוצימ'דיגע מעלדונג האט היינט געמאלדן דער ניו העמפשור סענעטאר 'דזשאד גרעג' אז ער ציעט זיך ארויס פון ווערן דער נעקסטער קאמערץ סעקראטערי אונעם אבאמא אדמיניסטרעישאן וויבאלד זיי קענען זיך נישט פאראייניגען אויף געוויסע אישו'ס, אריינגערעכענט דעם סטימיולעס פעקל.

גרעג איז געשטעלט געווארן אויפן פלאץ פון ניו מעקסיקאו גאווענער ביל ריטשערסאן וואס האט זיך ערשטע ארויסגעצויגן נאך זיינע פריוואטע פראבלעמען.


ס'איז ביטערע ביזיונות.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2009 00:11 לינק ישיר 

dis is a nise change & hope



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2009 12:20 לינק ישיר 

שפיטצער, האסט מסתמא אנגעפאנגען מיטצוהאלטן פאליטיק אין 00', ביי דעם פלארידא וואל איבערקערעניש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2009 22:51 לינק ישיר 

זיסקייט, ווילסט אוועקמאכן די ביזיונות? איך גיב דיר עס נאך. אבער מיך פריוואט צו אטאקירן וועל איך נישט לאזן...

ס'חורבן מיט דעם ארויסצו איז אז דאס ווייזט אז מ'קען מיט אום נישט ארבייטן "אומפארטייאיש", א זאך וואס ער האט אזוי הייס פארשפראכן.

ביים נאמענירן גרעג האט ער ארויסגעברענגט אז ער איז דאס בעסטע פאר די פאזיציע און ער איז זייער גוט דערפאר, אבער איינמאל עס זענען אריינגעקומען פארטייאישע זאכן דעראון האט מען שוין נישט געקענט ארבייטן מיט אום.

דאס איז א "טויש" איז זיין "טשענדזש" סלאגאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2009 00:57 לינק ישיר 

איך האב נישט אוועקגעמאכט די בזיונות, נאר דיר פשוט פרובירט צו "דערמאנען" (אויב דו ביסט שוין גענוג אלט צו געדענקען) דעם וואשינגטאן אויסדרוק, "פאליטיקס עס יוזשועל".

יעדער פרעזידענט גייט דורך שבעה מדורי גיהנום ביים צוזאמענשטעלן א קאבינעט. עס הייסט גראדע אז אבאמא שוויצט עס דורך גאנץ גרינג קעגן אזעלכע פרעזידענטן ווי קלינטאן, וועלכער האט ממש זיך נישט געקענט קיין עצה געבן מיט זיין קאבינעט. קלינטאן למשל האט זיך גע'עקשנ'ט אז ער מוז האבן א פרוי אלס אטוירני דזשענעראל. אבער זיין ערשטע פרוי און צווייטע פרוי האבן ביידע געמוזט ארויסבעקן אונטער סקאנדאלן, איידער ער האט ענדליך געטראפן א סקאנדאל-ריינע פרוי.

איך וויל נישט אוועקמאכן דיין הויכגעשעצטע מיינונג איבער בזיונות. אבער לדעתי איז דזשאד גרעג סאך א קלענערע בזיון ווי בערני קעריק אדער אפילו טאם דעשעל.

גרעג האט באקומען קאלטע פיס און ארויסגעפוצט, נוצנדיג דאס און יענץ אלס א תירוץ. ביז אפאר טעג וועט קיינער מער נישט רעדן פון אים. אנדערש איז מיט קעריק וועמענ'ס מיאוס'ע סקאנדאלן די מידיא האט דיסקוטירט וואכן און מאנאטן, צו די דיסעדווענטעדזש פון בוש.

לגבי "אומפארטייאישקייט", וויל איך דיר דערמאנען אז עס פעלט זיך אויס צוויי פארטייען צו זיין "ביי פארטיזען". ס'פעלט זיך אבער נישט אויס צוויי פארטייען צו זיין "נאן פארטיזען". אויב בין איך אומפארטייאיש און דו קומסט און דו שלאגסט זיך מיט מיר ווייזט עס אז דו ביסט א חי' און איך בין דער נארמאלער מענטש. (ווי די אנקעטעס טוען טאקע באשטעטיגן.)

ווען רוזוועלט האט פארגעשלאגן דעם ערשטן אריגינעלן ניו דיעל האבן די רעפובליקאנער זיך אויך נישט געוואלט צושטעלן צו זיין אומפארטייאישן פלאן. וואס מיינסטו איז געווען דער סוף? די רעפובליקאנער האבן פארגעזעצט צו פארלירן בענקלעך אין קאנגרעס אין די קומענדיגע פּאר עלעקשאנס. (כאטש רוזוועלט'ס ניו דיעל איז נישט געווען אזא סוקסעס, עכ"פ נישט אין די ערשטע יארן.)

עס קומט צו לאכן וויאזוי א פארטיי וואס האט גענומען א סורפלוס פון ארום 12 ביליאן דאלאר און עס פארוואנדלט אין א מולטי טריליאן דאלאר דעפיציט זאל מיטאמאל ווערן אזוי שטארק באזארגט איבער אמעריקע'ס געלטער - און דערנאך זיין אומפארטייאיש...

עס קומט צו לאכן וויאזוי א פארטיי וואס האט באשטעטיגט א שטייער רעדוקציע פעקעדזש פון 1.3 טריליאן דאלאר און אויסגע'קטנ'ט דאס ביסל געלט וואס געפינט זיך אין די קאסע זאל מיטאמאל ווערן אזוי שטארק באזארגט איבער א סטימולוס פעקעדזש פון 1 טריליאן דאלאר - און דערנאך זיין אומפארטייאיש...

עס קומט צו לאכן וויאזוי א פארטיי וואס האט באשטעטיגט א סטימולוס פעקעדזש פון כמעט א טריליאן דאלאר איבערצובויען די עקלהאפטיגע אראבישע איראק, זאל נישט האבן דאס מינדעסטע אחריות צו פארשטיין אז אמעריקע דארף האבן אמווייניגסטנס אזויפיל געלט איבערצובויען א לאנד וואס איז 12 מאל אזוי גרויס ווי איראק - אונזער אייגן לאנד.

וויאזוי האט דזשאן סטוארט געזאגט צו די רעפובליקאנער: "מיר האבן מאסן פארניכטונגס וואפן. ביטע אינוואדירט אונז, אפשר אזוי וועט איר מסכים זיין אונז צו געבן דאס געלט וואס מיר דארפן האבן אזוי וויכטיג..."

עס האט געדויערט פאר אמעריקע 204 יאר אנצוקומען צו א דעפיציט פון 5 טריליאן דאלאר. עס האט געדויערט פאר אמעריקע בלויז 8 יאר אונטער פרעזידענט בוש צו דאפלען דעם דעפיציט פון 5 טריליאן דאלאר צו 10 טריליאן דאלאר - און די רעפובליקאנער זענען אומפארטייאיש ווען זיי שטיצן נישט אבאמא'ס פלאן...

איי, טרעף מיר איין דעמאקראטישער פרעזידענט מיט וועמען די רעפובליקאנער האבן יא צוזאמגעארבעט. ניטאמאל די פאפולערע פרעזידענטן רוזעוועלט און קענעדי האבן געהאט א גרינגען פעלד מיט די רעפובליקאנער. דאס איז זייער אידעאלאגיע, זייער קולטור, זיי קענען נישט ארבעטן מיט דעם צד שכנגד.



תוקן על ידי ziskeit ב- 16/02/2009 1:20:34




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2009 01:05 לינק ישיר 

איינע פון די מאוסט פאפולער קליפס יעצט איז די סעטורדעי נייט לייוו שאו די וואך, וואו די עקטארס שפילן די רעפובליקאנער פארטיי פירער, דזשאן בעינער, עריק קאונטאר, מיטש מעקאנעל, א.א.וו. וויאזוי זיי מאכן זייערע "אומפארטייאישע באשלוסן" און באשליסן צו אימפיטשן אבאמא...

http://www.nbc.com/Saturday_Night_Live/video/clips/republican-meeting-open/1018742/


SNL Spoofs House Republicans

Saturday Night Live showed House GOP leaders debating how not to get involved in the economic recovery plan and when to begin impeachment of President Obama. In the end, they decide to "take down" the Obama girls because it's "political gold."




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2009 01:21 לינק ישיר 

- קרישקעלעך -

וויאזוי די רעפובליקאנער גייען מיט'ן קאפ אין וואנט אריין:


Thus the Republicans, arguably, are in something of a death spiral. The more conservative, partisan, and strident their message becomes, the more they alienate non-base Republicans. But the more they alienate non-base Republicans, the fewer of them are left to worry about appeasing. Thus, their message becomes continually more appealing to the base -- but more conservative, partisan, and strident to the rest of us. And the process loops back upon itself.
http://www.fivethirtyeight.com/2009/01/republican-death-spiral.html

וויאזוי אבאמא פרובירט צו זיין אן אומפארטייאישער פרעזידענט, און די רעפובליקאנער שפייען אים אין פנים:

Perhaps the biggest fallout from yesterday's Gregg news is the realization that outside Collins, Snowe, and Specter, Obama isn't going to receive much support from Republicans, no matter how many of them he tries to appoint to his cabinet, how many times he has them over for drinks at the White House, and how many times he meets with their conference.
http://firstread.msnbc.msn.com/archive/2009/02/13/1793960.aspx



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2009 18:15 לינק ישיר 

די סטימיוליס האט גארנישט איינגעשטויסן מיט פארבעסערן די עקאנאמיע, עס איז ניטאמאל געשריבן געווארן דורך די ווייסן הויז, ווייל אבאמא האט נאכנישט געשריבן קיין איין איינציגער ביל אין זיין לעבן, נישט אלץ סענאטאר און נישט אלץ סטעיט סענאטאר דעריבער האט ער עס איבערגעגעבן פאר קאנגרעס און פעלאסי האט אריינגעשריבן איעדע ליבעראלע פראגראם וואס די ליבעראלן ווארטן שוין יארן דערויף און דערנאך האט מען באצירט דעם חזיר מיט א נאזבאנד פון אביסעלע טעקס קאטס און אינפראסטרוקטור אין זיי ווארטן אז די רעפובליקאנער זאלן וואוטען דערפאר ווייל אבאמא האט גערעדט פון אומפארטייאישקייט...




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דזשאד גרעג ציעט זיך ארויס פון אבאמא אדמיניסטראציע.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext