ס'איז ליידער נתגלה געווארן דער ביטערער שאנד פון די משתתפים ביי די אסיפה פאר תימן וואס איז פארגעקומען אין סקולען.
געוויסע מאכערס, וועלכע האבן אנגעדרייט מיט די אסיפה האבן צוגעזאגט פאר די רביים פון קלויזנבורג און נאך, אז מ'וועט דאר נישט רעדן קיין איין ווארט קעגן די מדינה, און מ'וועט נישט אויפברענגען די ביטערע השמדיות וואס די מדינה הציונות האט ליידער חרוב געמאכט טויזנטער תימן'ער אידן, בלויז מיט 40 יאר צוריק.
די מאכערס און שוויצערס האבן געהאלטן ווארט. מ'האט גערעדט פון אלעם אבער פון די מדינה האט מען דארט נישט גערעדט.
עס זענען געווען געוויסע רבנים וועלכע זענען נישט געגאנגען אהין וועגן דעם פארבאט, דערינטער רש"ל וויינבערגער האט געזאגט פאר איינעם פון די הייסע זאליס אז ער פארשטייט נישט פארוואס רז"ל איז געגאנגען? אויב טאר מען נישט רעדן קעגן די מדינה טאר מען נישט גיין.
זעט אבער אויס אז פאר אונזער נועם המידות'ל צו כאפן אן אויבן-אן... (לעבן כ"ק אדמו"ר מפאפא, ורמ"ד מבאבוב) האט ער שוין נישט געוואלט פארציכטן. רעד יא פון די מדינה, רעד נישט, אבי איך בין אויף די פיקטשערס.
איך כאפ נאכנישט וועם מען באשולדיגט דא:
1) סקולען פארן נישט רופן ר' אהרן.
2) ר' זלמן לייב פארן גיין צו א מסיבה ווי מען האט בויקאטירט זיין עלטערע ברודער.
3) קלויזנבורג פארן זיין א אגודאי.
4) די סאטמארע שיטה וואס האט נישט פארלאנגט צו רעדן קעגן ציונות בשעת מען זיצט מיט פרעמדע רבנים.
5) ר' אהרן פארן נישט אנקומען איבעראל.
ביטע ערקלערן.
נשלח ב-16/2/2009 02:03
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס הגז"ל איז אפגעפאפן די מסיבה,ווייל ער איז דאך א קנאי.
נשלח ב-16/2/2009 06:33
די עיקר איז האקען אויף די מדינה צי ראטעווען תימנער אידן? כ'האב שטארק מורא אז מ'האט גארנישט אינזין די אידן דארט....
נשלח ב-16/2/2009 07:34
כ'האב נארוואס איבערגעקוקט די בילדער וואו דער הייליגער קרית יואל'ער איז געווען באזיכן אין ארץ ישראל ביי אגודיסטן, מזרחיסטן, און עס קוקט נישט אויס אז ער האט מיט פה קדשו דיסקוטירט דעם ויואל משה מיט זיי.
נשלח ב-16/2/2009 08:31
וואס האסטו טענות צו מיר, ווענד זיך צו רש"ל וו"ב. ער האט פארפירט היתכן מ'נעמט זיך אויס אז מ'וועט חלילה נישט רעדן בגנות המדינה און מ'גייט נאך אהין.
נשלח ב-16/2/2009 18:24
דער משמש פון פאיע משמש , האברך ר' מ. וויינגארטען (ב"ר גימפל), האט ארויסגעווארפען אלע טעיפס פון די סקולענער אסיפה.
ווייל אז מ'רעדט דארט 2 שעה, אן קיין איין ווארט קעגן ציונות, איז דאס א שאנדע.
דער באפעל איז געקומען פון וואלוויש קויפמאן, ב"ר ליפא. און דער משמש האט געפאלגט און טאקע ארויסגעווארפען אלע טעיפס.
יעצט וועלן די לישקע זיכער ארויסגעבן א "חוב קדוש" צו קויפן די טעיפס....
נשלח ב-16/2/2009 18:39
זשוליאני, ווען איך וואלט געווען א אהרוני וואלט איך דיר געגלייבט.
גלייבן זאלסטו אין די י"ג עקרים. און אז מ'האט אין סקולען קיין ווארט נישט געטארן רעדן קעגן די מדינה און טראצדעם איז דיין נועם המידות דארט געווען 2 שעה, איז אויך נישט קיין מילער!
פון רבי שמעונ'ס תלמידים, ערווארט איך גארנישט ! (און דו אויך נישט)!
נשלח ב-16/2/2009 19:48
דשוליאני טאמער רעדט מען ווען פין די מדינה אין הגז"ל זיצט דארט ווי א האן אין בני אדם איז עס ווען געהעריג צער בעלי חיים
סקען זיין אז וועגען דעם האבען זיי ארויס געגעבען אזא באפעל
נשלח ב-16/2/2009 20:07
זייט ווען דארף מען רעדן פון ציונות? ס'איז כ''א כסליו? כ''ו אב? ה' אייר?
מ'דארף שאפן מיליאנען צו ראטעווען א שבט מישראל און ווען מ'דארף איינער וואס זאל טון למעשה און קען שאפן מיליאנען רופט מען הגרז''ל, עטס קענטס זיין זיכער אז ווען מ'וועט דארפן איינעם וואס קען גוט רעדן וועט מען די ערשטע רופן הגר''א.
נשלח ב-16/2/2009 20:13
דו ווייסט עס אויך !
אויב מ'נעט זיך אויס, באלאנגט ער נישט דארט!
שפיל נישט קלאץ
נשלח ב-16/2/2009 20:25
איז געווען אויסגענומען פאר ר' אהרןס חתונה אז מען וועט נישט טארן רעדן קעגן ציונות אין שטוב? אויב יא באלאנגט ער נישט דארט
נשלח ב-16/2/2009 20:29
שנעלק
איך האב דיר שוין געזאגט אז די ביסט אן ארוני.
שפילסט נישט גוט!