א פסק נאך אנדערהאלבן יאר...
די וואך איז די אידישע וועלט שטיין געבליבן מיט התפעלות, ווען עס איז ארויס געקומען די לאנג ערווארטע חות דעת אין פסק הלכה פונעם גאון הגאונים הגז"ל, אז ער שטעל זיך צי צו די פסק וואס זיין פורים בי"ד ארויסגעגעבען סיון תשס"ז, אין יעצט שבט תשס"ט אנדערהאלבן יאר שפעטער, נאכן אדורך טוהן די גאנצע ענין מיט אלע ראשונים ואחרונים איז דער גאון ענדליך געקומען צי די מסקנה אין ער אסר'ט די אריזאנא ווייץ.
כלל ישראל קען נאכנישט צי זיך קומען פין די גרויסע לומדות אין חריפות אין דעם פסק, די יודעי דבר זאגן זיי זאגן שוין יארן איז נישט ארויסגעקומען אזא עמקות'דיגע פסק אויף אזא קאמפליצירטע שלאה. אויך זאגן זיי אז יורד זיין לסוף דעתו הגדול וועט נעמען אימווייניגסטן אזוי לאנג ווי עס האט אים גענומען אויס צי ארבעטן די שווערע פסק הלכה.
אנדערע פרעגן אבער פון ווי האבן מיר געדארף וויסן אז עס די אריזאנא ווייץ איז אסור פאר יאר פסח, מיר זענען ליידער נכשל געווארן מיט די ווייץ.
|
|