שרעקליכע פערדן!
איינער וויל פארשטיין פארוואס UJ CARE האט נישט גענומען קיין הלוואה און ארויסגענומען גלייך די אידן פון תימן...
איינער פארשטייט נישט ווי די געלט איז געגאנגען, ער באשולדיגט גאר אז די געלט איז גלייך געגאנגען אין באנק, א_ווי צוזאגן אז אייער נעמט דאס פריוואט אין טאש. מ'וואלט דאס געברויכט ארויפלייגן אויפן נעקסטן פליגער וואס פליעט קיין תימן און דאס אפשיקן פאר די אידן און תימן און דערמיט וועלן זיי קויפן בילעטן און פארן ווי זייער הארץ גליסט.
נישט שלעכט...
איך וואלט אייך געראטן אנצופאנגען פון פּרי נורסערי און אנפאנגען דער גאנצע סיסטעם פון דאסניי. (נישט ממש..)
צביהירש, אפשר ערלעדיגסטו ביים סקולענער רבי שליט"א'ס שטוב מענטשן אז מ'זאל אנפאנגען עפעס צוטוען מיט די תימן'ע אידן און נישט נאר וויינען און פאררופן אסיפות און זיך אפפיקטשערן און צוריק אהיים גיין.
ממש דאס זאגסטע, נאר פאר אנדערע!
נישט אז איך האב עפעס קעגן סקולענער רבי, איך האלט גראדע אז ער וויל טוען און ער וועט טוען וואס ער קען, אבער וויבאלד מ'האט נאכנישט געזעהן אין די וואך-צוויי די רעזולטאטן מיינט דאס מיסתמא אז ער האט נאר געוואלט מאכן בילדער, ברענגען זעלבסט רעספעקט, צוזאמרופן אסאך רבנים און גארנישט אויפטוען. אזוי איז משמע פון דיינע טענות.
בעטשי, איך האב פאר דיר נייעס. ס'זענען דא עסקנים וואס ארבייטן רונדע דעם יאר פאר די תימן'ע אידן. נישט נאר ווען ס'איז דא א מצב ביים ארויסנעמען, נאר זיי גיבן זיך אפ מיט שאפן דירות, אויסלערנען אינזער שפראך און זיי אויסגלידערען צווישן נארמאלע מענטשן - אנדערש ווי זיי זענען געוואוינט.
אין לאנדאן האבן זיי א ספעציעלע קהלה ווי זיי קענען זיך פירן ווייטער ווי זיי ווילן לויט זייערע אלטע מנהגים, מ'דארף דאס געהעריג ארגענעזירן, די עסקנים זענען נישט מסכים צו שאפן געלט און דערנאך זאלן די משפחות פארפאלן גיין ווי די היסטאריע האט שוין באוויזן אין די פארגאנגענהייט.
אז איר האט טענות, דאן טוט אליין, פראבירט צו טוען וואס איר קענט און העלפט ארויס די תימן'ע אידן ווי איר פארשטייט.
 |
|
|