איך האף ער זיצט נישט אויף צוזאםלייג בענקעל, ווייל אז יא קען עס זיך צוזאמלייגען...
און איך וואלט אים געצהט אז ער עפענט שוין יא א אידיש ספר זאל ער עפענען די הייליגע תורה הקדושה פרשת ואלה המשפטים, און גוט דורך לערנען די ערשטע פסוק מיט אלע מפרשים, וועט ער וויסן אז מען טאר נישט גיין מסר'ן ח"ו נישט אינעם גוישן געריכט אין ברוקלין, און נישט אינעם טמא'נעם בג"ץ אין די מדינה, און אז טאמער מען גייט יא איז מען א מסור ומלשין א רשע און א כופר בכל התורה כולה.
און בלתי בלי שום ספק אז מרן רבינו הקדוש והטהור זי"ע וואס זיין הייליג נאמען האט ער אויף א שרעקליכען אופן פארשוועכט, וויל נישט אז ער זאל ליגן נעבן אים, און ער ריפט אויס 'ובקהלם אל תחד כבודי' פאררוף דיך נישט אויף דיינע מסירות ומלשינות אז די ביסט געווען דער גבאי פון רביה"ק, זאל ארויס מרן רבינו הקדוש פון דיינע טמא'נע מסירות ומלשינות.
נשלח ב-27/2/2009 23:25
איך האלט זריל פאר א פעיק פראד
אבער
אין לייג גוט צו קאפ
ח"ו ר' זריל פעקלט זיך היינט
ווי לייגט מען אים?
אויב איז עס אויבן אן
דעמאלט זיינען מיר סתם לוזערס
און מיין השערה איז אז ס'איז נישטא די מענטש מיט קוראזש דורכציפירן די סטראשע
ואם כן......למה זה אנכי??????. וואס האט די סומאטאכע אויסגעפעלט
די החלטה איז געווען, אז עס וועט ח"ו זיין די ערגסטע בזיון פאר כ"ק מרן רבינו הקדוש זי"ע, טאמער מען וועט באגראבען אינעם בית החיים דעם מסור וואס האט מבזה געווען רביה"ק זי"ע אויף א שרעקליכער פארנעם, און געטרעטען אויף די הייליגע תורה הק', מיט זיינע מסירות אינעם געריכט דא אין ניו יארק, און אינעם טמא'נעם בג"ץ פונעם מדינה הטמאה.
נשלח ב-1/3/2009 09:15
ארונים האבן א פראבלעם מיט גבאים און שטוב מענטשן, יוסל וואלדמאן, משה גבאי, יודעלע וויינשטאק, עזריאל גליק, און פישער איך ווארט ווען ר' געציל וועט זיך עפעס פארזינדיגן און עטס וועטס איהם ווארפן אזויווי ר' עזריאל און דעמאלטס וועט רבי_יונה אויך שרייבן:
מ'איז זיך באגאנגען מיט דען נבל מיט זיידענע הענטשוך. ער האט אונז באצאלט מיט פעטש און מיר "פיינע מענטשען" האבן אים געלאזט בונטעווען צען יאר אין-א-צו. (10 יאר). מיר האבן געשלונגען פון אים מער וויפיל מ'ליידט פון א דאון-סינדראם, און מ'האט דעם "בכור" גארנישט געטאן. ער האט אריינגעגעבן געפערליכע זאכן אין בג"ץ קעגן אונז און מיר האבן ווייטער געשוויגן... ביז ביז ביז! יעדע חוצפה האט א גבול - און דער חצוף און שחצן האט דא איבערגעצויגן דאס שטריקל ברוך השם. האט מען אים געגעבן דעם מעסעדש; הקהה את שיניו - לכם ולא לא - גייט איך אהין - און הער אויף מיט דיין חנופה אפאראט!