דער אמת, ווען עס קומט צו נייעס איז קלאר אז איך ווארט נישט היינט אז די צייטונגען זאלן ארויסקומען און דאן געוואויר ווערן א וואך דערנאך אז א פליגער האט געקראכט אין באפעלאו, איך זעה דאך שוין אויף די אינטערנעט יעדען טאג די נייעס.
אנדערש איז עס אבער ביי אינזער היימישער עולם, ווי דער צייטונג מאכט געלט פון אדווערטייזער'ס און נישט פון קיין סובסקרייבער'ס.
הגם אינטערנעט איז שטארק אריינגעכאפט ביי אונזער היימישער עולם, איז עס אבער מיט אדווערטייזען נאך היפש אינטערשטעליג. דאס הייסט אז די פירמע'ס, געשעפטן, מוסדות התורה האבן נישט קיין איין אנדער פלאץ צו אדווערטייזן נאר אין די היימישע צייטונגען. דאס מיינט אז פינאציעל איז דאס קיין פראבלעם פאר די צייטונגען.