| נשלח ב-27/2/2009 03:57 |
|
| |
איך גיי נישט צו די קאנצערט אבער איך קויף א טיקעט
איך וויל דא קלאר זאגן אז איך בין נאך קיינמאהל נישט געגאנגען צי קיין קאנצרעט אין איך גיי ווייטער נישט
ווייל איך בין אויף געצויגען געווארן נישט צי גיין צי קיין קאנצרעטס
אבער כדי צו אויס דריקן מיין פראטעסט קעגען די גראליגע געמיינע חברה וואס מיינען אז זיי פירען די וועלט
אין ניצן רבנים פאר זייערע טריפהנע צוועקן
גיי איך אי"ה יעצט קויפען א טיקעט צי ליפא'ס קאנצרעט אין עס אוועק געבען בחנם אין כסף
אויך גיי איך יעצט קויפען ליפא'ס נייע טעיפ וואס כאב נישט געפלאנט צו קויפען
איך האב נישט ליב ליפא
אבער איך האב פיינט די וואס ווילן איינרעדן אז ליפא איז די פראבלעהם פון יודישקייט
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2009 04:12 |
|
| |
איך האב יא ליב (געהאט) ליפא
אבער כ'האב פיינט ווען ער טוט קעגן רבנים און מיינט אז ער פארשטייט צו יודישקייט
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2009 04:41 |
|
| |
לאגיש אפשר געסטי מיר דיין טיקעט?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2009 08:48 |
|
| |
איך קויף נישט קיין טיקעט זיינע, און איך גיי ח"ו נישט צו זיינע שפילען, די רבנים זענען גערעכט מיט דעם.
ער איז טאקע נישט פון די גרויסע פירצות הדור, אבער ער איז א גרויסע פראבלעם פאר די יוגענד.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2009 16:18 |
|
| |
התקן עצמך ואח"כ התקן אחרים
זאג פאר די רבנים זאלן קודם זעלבסט זיך צורעכט מאכען פאר זיי זאגען א צווייטן.
פני הדור כפני הכלב פאר אפאר טאלער און כבוד רייסען זיי זיך ארום ווי כלבים און זענען א ריכטיגע סכנה פארן חוצפה'דיגע יוגענט וואס קוקט צו זייער התנהגות אין שתיקה כהודאה לגבי אנדערע כלל ענינים וואס זיי קערן נישט.
אויך מיר א פראבלעם א קאנצערט.
דער עולם לאכט זיך אויס פון די אלע נארישע היפאקריטישע קינדישע קול קורא'ס
די קאנצערט איז "סאלד אוט"!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2009 16:58 |
|
| |
צו פארשטיין גאר בקיצור וואס די פראבלעם איז היינט ליינט דאס:
עס איז דא א טעיפ פון די ערשטע כ' יארן אין התאחדות הרבנים, ווי עס ווערט באהאנדלט א טעמע איבער א געוויסער פירצה, און איינער פון די רבנים רופט זיך אן אז 'התאחדות' זאל ארויס געבן א איסור!
רופט זיך אן דער וואוידעסלאווע רב ז"ל, א איסור?, ס'איז דאך נישט אסור, ס'איז א פירצה, דאס יא, אבער וואס עפעס א איסור?...
אזוי איז געוועהן א בליק פון א גדול מיט יארן צוריק.
"אסור" איז צו עסן חזיר און צו צינדען ליכט אום שב"ק, אבער נישט יעדער פירצה פונעם דור איז "אסור".
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2009 17:08 |
|
| |
וועגן דעים גיי איך נישט.....
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2009 17:09 |
|
| |
ליפא- סטופ!
הופעת הענק בארה"ב נתקלת בהתנגדות חסרת-תקדים של רבנים וראשי ישיבות באמריקה. במתקפה על ההופעה ועל ליפא נכתב: "הקונצרט מלווה בהוללות, הדיסקים מכניסים רוח הרחוב הפראי"
שי איזנברג, כתב בחדרי חרדים
תאריך: 26/02/2009 23:51:00 |
הכל החל במה שנראה כמופע היסטורי של המוזיקה החסידית בארצות-הברית. לשם קיום הארוע הענק, נשכר אולם 'המדיסון סקוואר גארדן', הממוקם בלב מנהטן. במופע אמורים לקחת חלק מספר אמנים, שהבולט בהם הוא ליפא שמלצר. הפעם הכל היה נראה סגור. המקום הוזמן, החוזים עם הזמרים נחתמו, ומכירת הכרטיסים החלה.
בדיוק לפני שנה היה אמור להתקיים המופע במתכונתו הנוכחית, אך בעקבות לחצים כבדים שהפעילה עסקונה חרדית, בעיקר על הזמר ומשפחתו, המופע ירד לטמיון.
שיע מנדלוביץ, אחד המפיקים הגדולים בארצות-הברית, ומי שהפיק את המופע הקודם והנוכחי, כמעט והרים ידיים אחרי ההפסדים.
בשיחה עם 'בחדרי חרדים' הוא הסביר מדוע עולה שוב המופע: "הלחץ הציבורי עשה את שלו, אנשים פרטיים הלכו לרבנים והחתימו אותם בעד המופע, קיבלתי שיחות עידוד מכל העולם, והיו אנשים שהתחייבו לרכוש כרטיסים אפילו מלונדון. כולם לחצו לקיים את המופע לקראת פורים. אנחנו הולכים על המופע הזה בכל הכוח. עוד לא ראו דבר כזה בהיסטוריה של המוזיקה החסידית", מבטיח מנדלוביץ.
בד בבד, מפיקי המופע הפיקו לקחים והורידו פרופיל בכל הקשור להחצנת הכוכב עצמו 'ליפא שמלצר' ומקפידים יותר לשווק את הטיימינג של המופע כ'שמחת פורים'.
כאמור, רק לפני שנה העבירו גורמים רבניים החלטה, האוסרת קיום מופעים מעין אלו. המארגנים, שטוענים שיש בידיהם אישורים מרבנים לקיום המופע, לקחו בחשבון את הסערה שיכולה לפרוץ מיד עם היוודע דבר המופע, ולמרות כל זאת החליטו ללכת הפעם עד הסוף.
ואכן, הסערה פרצה.
במכתב המתפרסם לראשונה באתר 'בחדרי חרדים', קוראים ראשי ישיבות ורבנים באמריקה, שלא להשתתף במופע, ולא לקנות את הדיסקים של הזמר ליפא שמעלצר. במכתב החריף נכתב, כי המופע המדובר, שיתקיים בהשתתפות גברים ונשים, יגרום לפריצות ולקלות ראש, ואסור להשתתף בו.
כמו כן, יוצאים הרבנים נגד הזמר ליפא שמעלצר וכותבים: הדיסקים של הזמר מכניסים את רוח הרחוב הקלוקלת, ואין לקנות את הדיסקים שלו.
אולם, גם אחרי הסערה שפרצה, לא מרימים מארגני המופע ידיים, ואומרים: "יש לנו רבנים שתומכים בנו. אנחנו נעשה את המופע בהפרדה מוחלטת, ומקווים לעשות שמחה יהודית אמיתית".
הימים הקרובים ילמדו האם המחאה חסרת התקדים עשתה את שלה, או שהמופע השנוי במחלוקת יתקיים בכל זאת.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2009 17:34 |
|
| |
I THINK THAT THE WHOLE LATTER FROM ALL MNAHLIM IS JUST SOMEONE THAT MADE A LIST OF ALL THE NAMES OF MNAHLIM HE KNEW CUZ I SEE A FEW NAMES THAT ARE NOT THE REAL NAME OF THE MNAHL.....
"I AM JUST WRITHING WHAT I AM THINKING IT DOSINT MEAN THAT I AM RIGHT"
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2009 18:26 |
|
| |
דאס מאל, וואס זעט אויס אז ליפא וועט בלייבן מיטן קאנצערט און וועט זיך נישט צופיל צוטון מאכן מיט דעם פרישן און אלטן צעטל וועלן מיר זען אויב ער וועט בלייבן אויסגעשפילט מיט א ליידיגן זאל אדער וועט מען זען אז די כח פון די רבנים איז אזוי ווי זיי האבן זיך אליין אנגעמאכט.
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2365593&forum_id=16386 majyar718 איז זייער גערעכט ליידער.
ביי די יעצטיגע צעטל קעגן ליפא'ן איז נישטא צו טרעפן קיין רב, און נאר מנהלים האבן דערויף אונטערגעשריבן וואס זיי וואלט איך יא מער געטראסט ווי די רבנים.
איך וויל צולייגן אז איך ווייס פון די פאר ערליכע רבנים וואס זענען געווען אינסטראמענטל ביי די פריערדיגע חתימות (ווי באקאנט זענען טייל פון די חתימות אונטערגעשריבן געווארן בלא יודעים) אז זיי האבן זיך ביטער אפגעבריט ד י פארגאנגענע יאר און וועלן מער נישט אזוי שנעל אונטערשרייבן בלינדערהייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2009 21:45 |
|
| |
איך בין געווען ביי א ליטווישע משפחה חתונה ווי ליפא האט געזינגען איך האב מיך ממש געשעמט פון מיינע באקאנטע מאדערנע וואס האבען זיך געווינדערט ווי ישיבה בחורים טאנצען ווי שחורים.
די פראבלעם איז נישט ליפא ער קען זיין א פיינע אינגערמאן, נאר אויפן יוגענט מאכט עס לכאורה א חורבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2009 22:28 |
|
| |
ער איז א גרויסער פראבלעם פאר די יוגענט.
זיינע טעיפס זענען שרעקליך גוי'איש, און מען טאר דאס נישט אריין ברענגען און אוזנערע שטיבער.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2009 06:17 |
|
| |
איך בין צופרידן צי מעלדען אז די קאנצרעט איז געווען א סמעשינג סאקסעס, און אויך אז איך בין בייגעשטאנען דע נסיון אין נישט געגאנגען ווייל מיין פלאץ איז נישט דארט
די יוד פאר וועם איך האב געגעבען מיין טיקעט איז יעצט אהיים געקימען אין געמאלדן אז ס'איז געווען א אימגלויבליכע סאקסעס, א דשעמד פעקד זאל. ליפא, מרדכי ווערדיגער און דעדי האבן געזינגען, מענער פרויען זענען געווען ציטיילט מיט א מחיצה, א געוואלטיגן קידוש השם.
וויאזוי האט הרב רויזענבלום געזאגט פאר דעם כלב פרידמאן:
רבנים גייען אין ערכאות, יונגעלייט גייען אין בתי זונות אין דיין פראבלעים איז קאנצרעטס
איך האב היינט מוסיף געווען חטא על פשע אין געקויפט ליפא'ס נייע טעיפ, וואס איז לדעתי נישט געניג שיין אין כוועל עס נישט הערען נאך אמאהל אבער איך וועל שטיצען יעדען איינעם וואס גייט ארויס קעגען דע טעראר פין די כלבים וואס פירן היינט כלל ישראל אין הייסן פאר די רבנים וואס זיי זאלען אינטערשרייבען
די כלבים האבן געכאפט היינט א מעכטיגן פאטש אין די צעטלעך האבן גארנישט אויף געטוען יעדער איינער דארף זיין פרייליך אין ציפרידן דערפאר
קיין שום נארמאלע טאטע האט סיי ווי נישט געהאלטען ביים שיקען זיין קינד צו א קאנצרעט
אויב עפעס האט עס געראטעוועט שוואכערע יודן פון גיין אין אנדערע געפערלעכע פלעצער
ליפא האלט דיך שטארק אין געב נישט אויף, חזק ואמץ
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2009 07:33 |
|
| |
לאגיש פיין געזאגט
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2009 08:38 |
|
| |
גאר אינטרעסאנט ווי עס איז דא מענטשען וואס באדערט אז עס איז דא אן איסור צו גיין צו דעם קאנצערט.
ממה נפשך, אויב האלסטו ביים גיין, וואס גייט דיך אהן אז עס איז דא אן איסור???
און אויב ווייטער די ווילסט נישט גיין, גייסטו דאך ממילא נישט.
שווער צו זאגען אז צוליב דעם איסור איז איינער נישט געגאנגען.
|
|
|
|
|