| נשלח ב-1/3/2009 04:20 |
|
| |
ווייסט איינער וואס דער חשבון פין דער מלמד וואס זאגט אז "קיינער" לאזט נישט דער קינדער גיין אליין אין מקוה??
אוודאי איז דא אסאך מענטשען וואס שיקען די קינדער אליין.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2009 04:52 |
|
| |
ער קוקט דיר אויס ווי א מלמד? ער איז א פשוט'ער איד, און ער איז גערעכט, רוב טאטעס לאזן נישט די קינדער גיין אליין אין מקוה, נאכדערצו היינט צוטאגס.
איינער וואס שיקט די קינדער אליין אין מקוה איז נישט קיין רעספאנסיבל טאטע.
דער ענגלמאן קוקט אויס זייער נעבעכדיג ווי ער לויפט נאך זיין מנהל. ער וויל זיך שפירן גוט אז דער מנהל גייט גיין אין גיהנום פאר זיינע עבירות.
אין אן אנדערע אינטערוויו האט ענגלמאנ'ס מאמע שוין צוריקגעצויגן פון די מעשה, אז דער פרינציפל האט אים נישט מאלעסטעד, נאר געטאטשט אביסל אויבערפלעכליך.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2009 05:37 |
|
| |
לאגיש און תורה'דיג גערעדט ברויך די לינק אוועקגענומען ווערען!!!!
אידיש בלוט גיסט זיך!!!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2009 15:28 |
|
| |
מנהל דער לינק ארבעט נאך אראפ דערמיט!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2009 18:40 |
|
| |
אלזא ר' זיסקייט, זייט מחליט אליין, איז עס רוב אדער קיינער? רוב מיינט 51 פערצענט שיקט נישט אליין. גוט, און וואס איז מיט די אנדערע 49 פראצענט?
איך זאג נאך נישט וואס איז ריכטיג.
בכלל, ווייס איך נישט צו זאגען פאר די מידיא אז קיינער שיקט נישט אליין אין מקוה, ווייזט נאר אז מען ווייסט אז עס דא א פראבלעם וואס לאקערט אויף די קינדער אין מקוה, און עס גיבט נאר צו די אמת'קייט פין דער מעשה אז עס איז יא געשעהן!
ממילא, לפי דבריך ודבריו, וואלט נישט געוועהן בעסער ווען קינדער בכלל נישט אין מקוה?
איך פעהרזעהנליך לייקען שטיין אין ביין, עס איז נישטא ביי אינז קיין מאלעסטערס, הייבט זיך נישט אהן לאזט זיך נישט אויס, די אלע וואס זאגען אז יא, זענען פלעינער בעלי דמיון וואס זיכען אהנצולייגען זייערע פראבלעמען אויף יענעם, ממילא קען מען שיקען רואיג די קינדער אין מקוה אליין.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2009 19:16 |
|
| |
פארוואס זאל מען אראפנעמען דעם לינק? אדרבה זאלן עטליכע טאטעס (פון דעם מיעוט וואס שיקן יא זייערע קינדער אליינס אין מקוה...) זען די שעדליכקייט פון שיקן די קינדער אליינס אין מקוה, אדער אפילו זיך פארשמועסן אין שאוער און לאזן דעם קינד מיטן מלאך המות אליין אין בור.
ווייסט איינער פארוואס א קינד דארף בכלל גיין אין מקוה?
א מקוה האט זיך שוין ארויסגעשטעלט אלס געפערליכע מקום סכנה פאר קינדער. און ווער עס ווייסט נישט דערפון לעבט אין א פלאנעט וואס איז כולו רוחני און וואויל איז פאר אים. אבער אפי' בלינדע מענטשן וואס האבן קיינמאל קיין שייכות געהאט מיט חינוך ווייסן אז דאס איז א פראבלעמאטישער עסק.
(איז דאס א גוטע סיבה פארוואס בטלוהו לטבילותא, און אפי' פאר בחורים - אדער דוקא פאר בחורים!!- ?)
תוקן על ידי הערשעל ב- 01/03/2009 19:40:23
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2009 20:04 |
|
| |
הערשעל
קענסט נישט זאגן אוועקמאכן דאס עצם גיין אין מקוה, פונקט ווי אנדערע מצוות וואס מ'איז מחנך קינדער פון קליינווייז אן, איז גיין אין א מקוה ערב שבת א גרויסע זאך און א גרויסע טהרת הנפש, וואס אלע ערליכע אידן זענען דערויף נישט מוותר, אזוי ווי אנדערע וויכטיגע הכנות לקבל פני שבת.
נאר וואס דען, אז ס'איז דא אפילו א צל של ספק אז אנשטאט מטהר זיין טמאים זאל געשען דאס פארקערטע, איז לא הן ולא שכרן, א טאטע וואס קען נישט אבאכט געבן אויף זיינע קינדער פון די רגע וואס זיי גייען אריין די טיר פון מקוה ביז מ'זעט זיך אינדרויסן יעדע רגע בלי הפסק, טאר טאקע נישט טראגן זיינע קינדער אין מקוה, ווייל דמו ודם זרעותיו בראשו.
ליידער דאס וואס זיי טענה'ן דארט אז זייער פיל קינדער זענען שוין געטשעפעט געווארן אין מקוה, איז א גרויסע אמת לחרפתינו. נאר דער רשע איז א מחלל שם שמים באופן נורא.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2009 07:30 |
|
| |
נע, ענק מאכען עס ערגער ווי עס איז, ווי שלעכט קען שוין זיין אין א מקוה ווי יעדער דרייט זיך ארום? ווען עס זאל זיין א פראבלעם איז דאך דער בחור גערעכט? איי א חילול השם? איז ער דאך אבער גערעכט! ווען עס זאל זיין אמת וואלטען די מקוה הנהלות נישט אריין געלאזט קיין קינדער אהן א עלטערען!
די רבנים וואלטען שוין זיכער עפעס געטוהן וועגען דעם. און אפילו אויב די רבנים ווייסען נישט, וואלט די משמרת הצניעות זיכער געמאכט אז מער זאל דאס נישט געשעהן.
פארוואס זאל מען זאגען אזעלכע זאכען אויף א מקום קדוש ווי א מקוה?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2009 14:23 |
|
| |
מען דארף איינפירן אזוי ווי עס איז געווען אמאהל אז אין יעדע מקוה איז געווען א משגיח מיוחד אויף די ענינים .
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2009 18:46 |
|
| |
אזויווי מ'קען נישט איינטיילן פאר קיינעם וויאזוי ער זאל פירן זיין שטוב דעריבער קען מען נישט זאגן פאר מענטשן אז קיינער טאר נישט ברענגען קיין קינדער אין מקוה, אבער די משמרת הצניעות האט שוין געבעטן עפנטליך מערערע מאל אז ביז א קינד איז שוין גענוג גרויס און גענוג נאנט צום בר מצוה זאל מען אים נישט מיטנעמען אין מקוה, ווייל ס'איז א מקום סכנה! און מ'זאל אנזאגן די קינדער אז מ'דארף זיך אכטונג געבן בקדושה ובטהרה מיט אלע פרטים
אויך בפרטיות טוען זיי אפעלירן צו וועם זיי קענען אז אויב מ'ברענגט יא מיט קינדער אפילו גרויסע, זאל מען האלטן די קינדער מיט זיך און האלטן א קאנטראל שטרענגערהייט.
בנוגע דעם בחור בפרטיות, איז די מעשה לכאורה נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, בפרט לויט ווי ער לייגט עס אראפ איז עס נישט מסתבר און נישט ריעליסטיש, ער זוכט צו כאפן אביסל אטענשאן אין א צייט ווען די נושא איז געווארן הייס ביי געוויסע אקטיוויסטן.
אבער דאס טוישט נישט די מציאות,ס'איז ליידער פארהאנען קראנקע מענטשן איבעראל, און מ'דארף אכטונג געבן אויף אונזערע טייערסטע אוצרות מיט די גרעסטע זהירות
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2009 22:13 |
|
| |
כללטוער אזעלכע היפאקריטס ווי דיך מאכען יעדעם לאכען. אויב די האלטס אזלעכע מעשיות זענען זייער עלול עס זאל געשעהן, פארוואס איז זיין מעשה נישט געשטויגען נישט געפלויגען? הייסט עס אזוי, עס איז דא מעשיות, אבער טאמער די ווייזט אהן אויף א מקוה ווי עס איז געשעהן מיט וועמען און ווי אזוי, איז עס א חלום. מעיק אפ יאר מיינד.
און ווי גענוי האט "משמרת הצניעות" דאס געזאגט??? און א קול קורא? און א צעטעל ביים ווינער רב'ס לעדעל? אדער ווען איינער איז געווען גענוג סטופיד צו קומען צו איינער פין זיי קאמפלעינען האט מען אים געזאגט אזוי "דיין מעשה איז לכאורה נישט אמת, זעהט אויס ווי א חלום, אבער סיי ווי טאר מען נישט נעמען קינדער אין מקוה, ממילא איז עס דיין שולד און מיר קענען דיר נישט העלפען".
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2009 23:01 |
|
| |
איך גיי נישט אריין אין די נושא אינגאנצן, נאר אלץ עצה טובה, וואס איך האב געהערט פון יודעי דבר, פרייטאג זייער פרי און זייער שפעט איז די ערגסטע צייט
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2009 23:56 |
|
| |
איך בין מוחה אויף די ניוול פה וואס ווערט דא גערעדט, כאילו "עפעס" געשעהט ביי אונז אין די מקוואות. דאס איז א גויעשע השקפה וואס האט זיך ליידער אריין געכאפט ביי אונז, כאילו אזעלכע נידריגע זאכען, נישט אויסגערעדט זאל זיין געשעהן ביי אונז, דאס איז קלארע דמיונות פין מענטשען. והמ"י.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2009 00:06 |
|
| |
איך בין א מקוה איד שוין לאנגע יארען
איך וועל ענק מגלה זיין א סוד
ליידער , איז דא גענוג אין נאך קראנקע [לאותו דבר] מענטשען וואס איך קען פערזענליך איך האב זיך שוין לאנג געבעטען ביי זיי אז זיי זאלען נישט גיין אין מקוה,
איך האב זיי שוין געסטראשעט אז איך וועל זיי מפרסם זיין , גלייבט מיר אז דעס איז דער שווערסטער חלק פין מיין ארבעט
למעשה לאז איך נישט אריין קיין קינדער אן א עלטערען , מיט'ן תירוץ אז זיי מאכען א איבערקערעניש.
|
|
|
|
|