צען יאר טעראר אין קרית יואל (!)... עד לב השמים????
דעם שבת האט זיך מיר געמאכט א היציגע דעבאטע איבער דעם שרעקליכן טעראר וואס קומט פאר אין קרית יואל....
אין די דעבאטע האב איך יענעם אנגעהויבן צוריק פרעגן עטליכע פראגעס, וואס איך וועל דא מיטטיילן, און אים גלייך געשטעלט די קשיות אין פנים אריין. און יענער האט עפעס פארלוירן ס'לשון... שטים געווארן ווי מ'זאגט. ביטע ליינט:
1) וועלכע קהילה וואלט געדולדעט אז דער "בעל קורא" זאל אפיציעל גיין צום קעגנער ווי עס איז די מעשה מיט יחזקא'ל גליק, יאר איין יאר אויס, און מ'האט אים קיינמאל נישט פארשיקט פון זיין פאסטן, כאטש וואס ס'איז ליידער געווען מער ווי גענוג סיבות פטור צו ווערן פון אים. ליידט מען שוין פון אים פאר גאנצע צען יאר !
2) וועלכע קהילה וואלט טאלערירט אז א געמיינער יונג, וועלכע שרייבט די שמוציגסטע ארטיקלען אויפן רבי'ן, זאל קענען ארומגיין פראנק און פריי אין ביהמ"ד, אין די צייט וואס ער שרייבט אפיציעל פאשקעווילן אין דער איד. דאס איז אונזער אומפארשעמטער מ. ל. ד., וואס אין די צייט וואס ער האט ליידער א זון וואס איז ליידער ליידער ארויס לתרבות רעה, און מ'קען אים גוט גוט מבזה זיין און אויס'שגצ'ן, ליידט מען שוין פון אים פאר גאנצע צען יאר און מען טשעפעט אים נישט !
3) וועלכע קהילה וואלט טאלערירט אז אן אפיצעלער גבאי אין די שול, האט אפיציעל באלאנגט ביי די קעגנער, און איז אפטמאל אהינגעגאנגען דאווענען, מ'האט אים קיינמאל נישט געווארפען, און מ'האט אים געלאזט אויף זיין פאזיציע פאר קרוב צו 9 יאר. דאס איז אונזער געוועזנער גבאי ר' י.ל. פלאהר, וועלכער איז געווארן אויס גבאי, ווען מ'האט ערוויילט אן אנדערן אויף זיין ארט.
4) וועלכע קהילה וואלט טאלערירט אז איינער פון די גבאים זאל אונטערשרייבן פאפירן אין קאורט קעגן די אינטערעסן פון די קהילה, אבער מ'האט אים ווייטער געלאזט מיט אלע כיבודים, מ'האט אים מכבד געווען יעדע איינציגע וואך מיט די שענסטע כיבודים ביים טיש, דאס איז דאס זינגען ידיד נפש ביי שלוש סעודות, כאטש מ'האט געוואוסט אז ער איז ארויסגעטרעטן קעגן רבי'ן אין ציוניסטישע'ן קאורט, און איבעראל ווי ער האט נאר געהאט די מעגליכקייט האט ער אונז אריינגעשטאכן א מעסער, און האט פון אים געליטן פאר גאנצע צען יאר !
------------------------------------------
אצינד לאמיר א בליק טאן:
1) וואלט אין די יארן תש"י - תשל"ט יארן געקענט זיין אז א קלויזנבורגער איד זאל אריינקומען אין א סאטמאר ביהמ"ד און האקן אויפן סאטמארער רבי'ן זי"ע (אפילו איידל).. און ער זאל נישט ארויספליען מיט מכות רצח !
2) וואלט דער רעדאקטאר פון דער בלאט, געקענט דאווענען אין ראדני אפילו נאר איין טאג, און מ'זאל אים נישט ארויסטראסקענען און צעברעכן די ביינער.
3) וואלט דער בעל קורא אין ראדני געקענט לייענען אין וואך אין סאטמאר ביהמ"ד אויף הופער, אן דעם וואס מ'זאל אים ארויסטראסקען פון ראדני פאר דעם חטא.
4) וואלט אזא גבאי אין ראדני ווי מאיר שניצלער זיך געקענט דערוואגן צו קומען אויף איין שבת אין הופער, ווען דער רבי איז דא אין שטאט?
נאך ארויסווייזן אזויפיל געדולד צו דעם חצוף עזריאל גליק, האבן אלע חסידים טענות, היתכן מ'האט געווארט ביז איצט? היתכן אז מ'האט זיך געלאזט שפייען פון אים, יאר איין יאר אויס, איז אונזער טענה פארוואס האט מען געווארט אזוי לאנג?
היתכן אז מיר האבן דעם חצוף נישט ארויסגעיאגט פון דא פריער, און לאז ער מיטנעמען אלע אויבנדערמאנטע מחוצפים און גיין ווי זיי שפירן זיך באקוועם.
 |
|
|