בית פורומים כל העולם כולו

אלקא דמאיר ענני: שטיצט עניי אנשי שלומינו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/3/2009 22:59 לינק ישיר 
אלקא דמאיר ענני: שטיצט עניי אנשי שלומינו

כ"ק מרן רביה"ק שליט"א האט די פארגאנגענע וואך ביי די דרשה לטובת דעם הייליגען כולל עצי חיים דסאטמאר בני ברק לצדקת רבי מאיר בעל הנס, וואס מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט געגרינדערט, פארלאנגט אז תלמידי וחסידי סאטמאר זאלן שטיצען אנשי שלומינו די טייערע חשובע סאטמאר אידן בארץ הקודש וואס פלאגן זיך על המחי' ועל הכלכלה.

רבינו שליט"א האט קלאר ארוסיגעברענגט אז עס איז געווען אזוי איינגעפירט אלע יארן, און אזוי איז דער מנהג ותקנות רבותינו הק' מדור לדור, אז יעדער זאל שטיצען צדקת רבי מאיר בעל הנס די עניי עירך יוצאי פון זיין שטאט.

איז אוודאי אוודאי זענען די סאטמאר אידן אשני שלומינו אין ארץ ישרא' די ערשטע ווואס מען דארף שטיצען.

ובפרט וואס די אנדערע כוללים געבן נישט פאר אונזערע אינגעלייט מיטן תירוץ אז זיי זענען נישט יוצאי אונגארען, ליטא פולין וכו'.

עס ברויך קלאר ארויסגעברענגט ווערן אז כולל שומרי החומות "יוצאי אונגארען", שטיצט אויסדריקליך נישט אנשי שלומינו חסידי סאטמאר באה"ק מיטן תירוץ אז די שטאט סאטמאר אינגערהיים באלאנגט צו רומעניא און נישט צו אונגארען, ממילא קענען סאטמאר אינגעלייט נישט באקומען קיין געלט פון זיי, פארשטייט זיך אז א זאלי אינגערמאן קען יא באקומען ווייל זיי זענען יוצאי...? שלמה מאיער....

נאר נעמען געלט קענען זיי פון די סאטמאר'ע אידן יוצאי רומעניא...

נאך אלע השתדלות און תחנונים צו כולל שומרי החומות אז די רשעות תקנה זאל זיך אויפהערן איז עס געפאלן אויף טויבע טויטע רשעות'דיגע אויערן, און א סאטמאר אינגערמאן באקומט נישט קיין רויטע פעני פון כולל שומרי החומות יוצאי א..ו..נ..ג..א..ר..ע..ן.

אלקא דמאיר ענני!

שטיצט אונזערע ברודערס די הייליגע עניי ארץ הקודש די הייליגע מבצרים

מוסדת יטב לב דסאטמאר באה"ק

כולל עצי חיים דסאטמאר בני ברק

כולל מצויינים ויואל משה דסאטמאר ירושלים עיה"ק

לצדקת רבי מאיר בעל הנס!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אלקא דמאיר ענני: שטיצט עניי אנשי שלומינו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext