בית פורומים כל העולם כולו

בקשה: ביטע פארבאטן צו ברענגן לינקס צי YOUTUBE

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/3/2009 01:43 לינק ישיר 
בקשה: ביטע פארבאטן צו ברענגן לינקס צי YOUTUBE


ביטע אסר'ן צי ברענגן דא לינקס צו אינטערסאנטע קליפס פון GOOGEL און YOUTUBE

ע"פ רוב פארברענגן דא אידן שומת"צ וואס זענענן פאלגזאם צי די רבנים, וואס האבן פה אחד גע'אסרט
צי האבן אינטערנעט אן קיין פילטער,די רבנים האבI גע'פסקנט אז עס איז פינקט ווי איסור יחוד. אין אפטרופטיס וכו'

90 פראצענט אידן האבן געפאלגט און זיי האבן נישט די גע'אסרטע אינטערנעט,
די אלע וואס האבן פילטערס קענענן נישט זען די קליפס פון GOOGEL  און YOUTUBE

עס זענענן אבער דא די פאר געציילטע וואס האבן נאך נישט גענמען די מי, און זיי האבן נאך די גע'אסר'טע אינטערנעט
אן קיין פילטער, זיי לייגען ארויף אויף די איבריגע אידן א אומנויטגע שוועריקייט מיט כסדר ברענגן צוענדיגע קליפס אויף YOUTUBE וואס ברענגט אז די וואס האבן ב"ה יא פילטערס ווערן נייגעריג, און מען לייגט זיי אריין א אומנויטגע נסוין און שוועריקייט, אזוי אויך איז עס מחזק ידי עובדי עבירה, ווייל עס גיט א פלאטפארם פאר די פאר וואס האבן נישט קיין פילטער צי ווייזן אז די איסור אויף אינטערנעט איז נישט מחייב

למשל, עס איז דא א אשכול http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2588720&forum_id=16386
וואס נאר די וואס האבן נישט קיין פילטער קענען עס זען, און די וואס האבן יא א פילטער ווילן עס זען. עס רייצט, אבער זיי קענענן נישט

דערפאר אפעליר איך מיט א בקשה צי די מנהלים דא,
אז מען זאל פארבאטן צו ברענגן דא לינקס צו פלעצער ווי מען קען נישט אריינגיין מיט א פילטער, אזוי מחזק זיין די אידן וואס הערן זיך יא צו. צי די רבנים, עס דארף זיין א בושה אז עס איז נאך דא אינגעלייט אן קיין פילטערס, אזוי  וועלן די וואס האבן יא די ערליכע פילטערס נישט זיין כסדר אויסגעשטעלט צו די אומנויטגע שוועריקייטען
 


.

 

 



תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 05/03/2009 1:43:01




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2009 02:39 לינק ישיר 

אז די קענסט נישט איינהאלטן דיין נייגער איז דער גאנצער אינטרנעט (מיטן פילטער) נישט פאר דיר.

מיין בקשה צו דיר איז פארבאט זיך דעם אינטערנעט און לאז אנדערע לעבן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2009 03:28 לינק ישיר 

רוח _אשח

דאנט גיט איט ראנג..........די ביסט דער וואס קען זיך נישט איינהאלטן דעם נייגער, והא ראיה, דו האסט נישט קיין
פילטער אלעס וועגן דיין נייגער, ביסט מקיים לפתח חטאת רובץ יעדע מינוט, אלעס וועגן דיין נייגער

משא"כ איך האלט ב"ה יא איין מיין נייגער, איך האב ב"ה א כשר'ע פילטער, אפילו איך בין נייגעריג,
דאך בין איך צופרידען צי זיין מיט א פילטער, און מוותר זיין אויף מיין נייגעריקייט


וועגן דעם האלט איך טאקע, די עוולה פון ברענגן לינקס צו פלעצער ווי מען קען גיין נאר אן א פילטער איז דאפעלט

1}עס ווייזט אז מען פייפט אויף די תורה, ווייל אלע.. אלע... רבנים הייסן האבן פילטערס, און דו ווייזט אז די האסט נישט
2}מען מאכט אומבאקוועם, די וואס האבן יא, אזוי אויך גייט עס  אריין און לפני עוור לא תתן מכשול, וואס עס איז א לאוו דאוריתא

 

 



תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 05/03/2009 3:29:09




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2009 06:16 לינק ישיר 

איך שטעל מיך אויך צו, צו די בקשה צו פארבאטן די לינקס

איך בין א שטאלצער JNET מהדרין באנוצער, און די וואס ברענגן די לינקס פון די אנדערע פלעצער דארפן זיך שעמען פארוואס זיי האבן נישט קיין פילטער






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2009 08:27 לינק ישיר 

אז די האסט א פילטער קענסטו נישט ארויפגיין, אז דו האסט נישט קיין פילטער ווילסטו קענען ארויפגיין. ווי קומט אריין נסיון!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/3/2009 09:19 לינק ישיר 

קוצי. די ביזט ראנג, די האלטסט נישט איין דיין נייגער, דיין פילטער האלט איין דיין נייגער.

משא"כ דער וואס האט נישט קיין פילטער און ער האלט זיך ערליך, דער האלט איין זיין נייגער.

די ביזט אויך ראנג, לפני עוור לא תתן מכשול איז ווען מען איז יענעם מכשיל נישט ווען מען מאכט יענעם אומבאקוועם.

און דאס וואס די שרייבסט אז אלע רבנים הייסן האבן פילטערס איז נישט אמת, האלב רבנים  לאזן נישט האבן קיין אינטערנעט בכלל.

איז די פאלגסט נישט איין האלב פון רבנים און דער וואס האט נישט קיין פילטער פאלגט נישט דעם צווייטן האלב




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2009 16:27 לינק ישיר 

רוח_אשך,

האסטו א שטיקל גמרא מיט רש"י, אויב קען מען נישט האבן קיין פילטער און ער איז געצוונגען צו נוצן אינטערנעט דעמאלטס, איז דער וואס האלט זיך איין די נייגעריקייט און קוקט נישט וואס מען טאר נישט א חסיד, אויב אבער מען איז נישט קיין אנוס צו נוצן די אינטערנעט, און א פילטער איז אויך דא צו באקומען, און דאך נוצט מען די אינטערנעט אויף זאכן וואס מען איז נישט אנוס, און מען נעמט נישט קיין פילטער איז ער א רשע (נישט נקרא רשע, נאר א רשע בעצם)






תוקן על ידי גאסט ב- 05/03/2009 16:24:53




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2009 17:25 לינק ישיר 

אויב שוין יא, וואלט איך מייעץ געווען מען זאל בהוראת הרבנים וואס האבען נישט ליב דער גאנצער היידפארק, צושפארען די גאנצע פורום. וואס אייגענטלעך פעלט אויס??

די אידען וואס האבען נישט קיין אינטערנעט בכלל בהוראת הרבנים, וועלען זיכער זיין מער צופרידען, די רבנים וועלען שמייכלען. אלעס וועט זיין בעסער. וואס פעלט אויס די גאנצע פורום דא?


די נייעס קען מען ליינען אין צייטונג אויך.

אגב,
נישט אלע פילטערס אסר'ן יא טוב און גוגל ווידיאס. יא טוב למשל, האט א פאליסי אז מען טאר נישט פאוסטען בכלל קיין שמוציגע ווידיאס, און זיי האבען א באזונדערע אפטיילונג פאר די זאכען אזוי אז פילטערס קענען זעהן א חילוק צווישען די גוטע און נישט גוטע.

פארשטייט זיך אז די קליפ פין "איך וויל זיין א רבי" איז נישט געבלאקט דארט.

דאס וואס דזעי נעט טוט בלאקען יא טוב איז אויך נישט אויף אלע זייערע מדריגות פין פילטערס. אזוי אז די גאנצע טענה איז מעיקרא ליתא.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2009 17:39 לינק ישיר 

באראפארקער, איך זעה פון דיינע ווערטער צוויי זאכן

1) די האסט נישט קיין JNET,
     ווייל JNET נישט קיין חילוק וועלעכע לעוועל בלאקט YOUTUBE

2) אז די ווילסט נישט פארשטיין אז וואס פאר א גוי איז זויבער, איז פאר א איד שמוציג,
    די גמרא רעדט נישט פון קיין זעהן וואס פאר א גוי מיינט שמוציג, די גמרא רעדט פון פרויען וואס די פיס מיט די הענט זענען אויפגעדעקט, און אויף דעם וואס קען זיך היטן דערפון און היט זיך נישט דערפון איז א רשע, און זאג מיר צו אויף YOUTUBE הייסט דאס שמוציג?!





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2009 19:26 לינק ישיר 

מרוח_אשך כתב:
קוצי. די ביזט ראנג,
 1}די האלטסט נישט איין דיין נייגער, דיין פילטער האלט איין דיין נייגער.

 2}דער וואס האט נישט קיין פילטער און ער האלט זיך ערליך, דער האלט איין זיין נייגער.

3} לפני עוור לא תתן מכשול איז ווען מען איז יענעם מכשיל נישט ווען מען מאכט יענעם אומבאקוועם.

4}און דאס וואס די שרייבסט אז אלע רבנים הייסן האבן פילטערס איז נישט אמת, האלב רבנים  לאזן נישט האבן קיין
אינטערנעט בכלל. איז די פאלגסט נישט איין האלב פון רבנים און דער וואס האט נישט קיין פילטער פאלגט נישט דעם צווייטן האלב


כ'וועל דיר ענטפערן בקיצור נמרץ

1} די סטעמענט אז - די פילטער האלט מיין נייגער נישט איך - איז פינקט גוט פאר פורים

2}דיין צווייטע סטעטמענט אז - דער וואס האט נישט קיין פילטער און ער האלט זיך ערליך, דער האלט איין זיין נייגער.-
 איז א סתירה מינה וביה, ווייל דער וואס האט נישט קיין פילטער איז דאך נישט ערליך, ווייל ווען ער וואלט ווען יא געווען ערליך וואלט ער דאך געהאט א פילטער, נאר וואס דען, ווייל איז נישט ערליך, וויל ער נישט נעמען קיין פילטער, מען קען שוין היינט האבן זייער גיטע שנעלע פילטערס, אפילו נישט JNET אז ער האט נישט איז א סימן אז...........,  אזוי אויך האט שוין גאסט זייער גוט געשריבען פריער אז אזא איינער  הייסט א רשע.... נאכמאל עז איז זייער פשוט ער הייסט א רשע

3}די סטעטמענט אז - לפני עוור לא תתן מכשול איז ווען מען איז יענעם מכשיל נישט ווען מען מאכט יענעם אומבאקוועם.-
ביטו ראנג, ווייל ווען דו שיקסט מענטשן צו YOUTUBE אדער אנדערע אומאויסגעהאלטענע פלעצער, ביסטו אחרוית ווי נאך יענער וועט אלץ גיין דארט, דאס איז טייטש לפני עיוור לא תתן מכשול, דו שיקסט א מענטש צו א טריפנה פלאטץ

4}איך מוז האבן אינטערנעט לצורך פרנסה, כ'האב ב"ה צוויי גיטע פילטערס, כן יעזור השי"ת הלאה
אויף אזא אופן איז עס מותר

האב מיר א פרייליכן פירום



תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 05/03/2009 19:28:19




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2009 06:25 לינק ישיר 

הער מיך צו ר' שר,
עס זעהט אויס אז די ביסט זעהר שטאלץ מיט דיין דזעי נעט, גאר גוט, האלט דיך מיט דיין דזעי נעט. איך ניץ טאקע עפעס אנדרעש, איך ניץ netmop.com עס איז בעסער פין דזעי נעט מכמה טעמים. (עס איז פאר א באזונדערע אשכול).

אבער, יא טוב איז בפירוש א זאך וואס טאמער די ווילסט וועט עס דיר דזעי נעט עפענען, עס איז גאר נישט ראנג מיט יא טוב כל זמן עס איז נישט שמוץ, און דזעי נעט קומט "נישט" פילטערען אז מען זאל נישט זעהן וואס די ביסט מעתיק פין די גמרא אין בבא בתרא, ווייל דאס איז מצוי מאוד אפילו מיט דזעי נעט אין איינעם.

ממילא איז  די גאנצע וויכוח איז איבריג, און דיין אסר'ן יא טוב פין היידפארק איז געלעכטער גדול, כמה וכמה אשכולות אין היידפארק בכלל וואס דזעינעט לאזט אדורך האבען לינקס צו בילדער פין נשים וואס גייען אריין אין דעם כלל פין די גמרא אין בבא בתרא.

אויב די ווילסט זיין אנגעהיטען אפילו פין דעם, כל הכבוד, מאך צו די קומפיוטער אין גיי אראפ פין אינטערנעט, נעם דיך לעוועל איינס פין דזעי נעט (וואס דאס האסטו זיכער נישט), און פארברענג נישט די צייט אויסלערענען דעם עולם אויף היידפארק נישט צו קוקען אויף יא טוב, ווייל דארט האסטו זיך אנגעקלערט בלייבט די תורה שטיין.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2009 18:48 לינק ישיר 

באראפארקער, איין טעות מאכסטו, JNET מהדרין פילטערט יא אדורך (90% פון די צייט) אלעס וואס די גמרא זאגט, וועגן דעם האלט איך אויך, אז דאס הייסט אויך איכא דרכא אחרינא

פאר איטערעסאנטקייט, ברענג איך דיר א בילד פון די נייעס, און ווי אזוי עס קוקט אויס אין JNET מהדרין


Sen. John McCain, R-Ariz., left, and Sen. Byron Dorgan, D-N.D., right, take part in a news conference on Capitol Hill in Washington, Tuesday, March 3, 2009





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2009 18:49 לינק ישיר 

ביי מיר האט מקעין, אבאמא און קלינטאן אייניג אויסגעקוקט





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2009 19:25 לינק ישיר 

שמיר אהן דיין סקרין מיט שווארצע טינט און אלעס וועט זיין געסעטעלט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/3/2009 19:29 לינק ישיר 

איך וויל נישט אנשמירן מיין נשמה, און איך מוז דאך האבן אינטערנעט, טוט מען וואס מען קען אלץ.

איך בין א שטאלצער JNET מהדרין באנוצער, און ווער עס וויל נישט אנגערופן ווערן רשע (לויט די גמרא געברענגט אויבן) זאל עס אויך נעמען. ווער עס קען נישט ווייל ער איז אנוס אויף דעם, איז די הלכה אביסל אנדערש. אבער מאכן חוזק פון דעם איז טיפיקל זאלי!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2009 20:17 לינק ישיר 

גאסט אז די האסט זשעי נעט זאלסטו פארקויפן פאר דיין באבען, מאי דער אכצענטער 2005, נאוועמבער דעם זעקסטן2004,  האסטו געקאפיד און פעסטעד א ארטיקלעך פון די רעקארד.
יולי 17 2004, אוגוסט 18 2004 סעפטעמבער 8 2004 פון ניוסדעי. סעפטעמבער 1 2004 א ארטיקל וועגן שלום לאנדא  פון די פאוסט
נאוועמבער 6 2008 האסטו געלינקט צו די סייטhttp://blogs.chron.com/txpotomac/2008/11/the_list_which_presidential_po.html
ווער ס'האט זשעי נעט זאל אפילו נישט טרייען ארויפצוגיין.

די האסט רעאגירט צו דעם לינק

Ultra-Orthodox vigilantes spread fear in Jerusalem...
http://www.breitbart.com/article.php?id=080915063412.dgwo885y&show_article=1

טויזענטער קיקען אויף דעם סייט טעגליך!

נשלח ב-15/9/2008 18:19    

און אז די האלטסט נישט אפשר די שיקסע מאכט אויף א ליגנט? די גאנצע מעשה איז א חלק אין די מערכה וואס די פאליציי האט אנגעפאנגען אונטער צוברענגען די משמרת און מאה שערים. איינע פון די וועגן איז מאכן די מעשה

אז די ענטפערסט מוז זיין אז די האסט עס געזעהן









דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בקשה: ביטע פארבאטן צו ברענגן לינקס צי YOUTUBE
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext