בית פורומים כל העולם כולו

חילול השם אויף fox 5 וועגן ווישניץ זאל אין ב"פ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/3/2009 21:44 לינק ישיר 
חילול השם אויף fox 5 וועגן ווישניץ זאל אין ב"פ




http://www.myfoxny.com/dpp/news/investigative/090309_Brooklyn_Catering_Hall




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2009 00:33 לינק ישיר 

אן אלטער מחלל שם שמים ברבים

פיקטשערס טוט אים וויי ?

א בעל מידות איז ער, פינקט ווי זיין קלאגער אין סאטמאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2009 04:56 לינק ישיר 

די פארפירערס זאלן מיר שטארק אנטשולדיגן, סך הכל וואס איך זע דא - און איך זע נישט דא קיין סאך - איז א גרופע וואס זעט אז זיי גייען פארלירן אין געריכט מאיזה סיבה שהוא, און דעריבער באשלאסן צו פארקאכן א קאשע אין די מידיא וועלכע זוכט כסדר סענזאציע.

פאקס האט אויך נישט געטראפן מער ווי פינף ווייאלעישאנס און גאנצע צוועלף הונדערט דאלער שטראף אין לויף פון אכט יאר. ווער ס'קען דעם מצב פון זאלן און רעסטוראנטן 'איבער גאנץ ניו יארק' ווייסט אז דאס מיינט זויבער ווי גאלד.

די טענות זענען גערעכט אין אלגעמיין, אבער נישט געריכטעט צום גוטן פלאץ. וויזשניץ איז גארנישט שולדיג אויב ס'זענען פאראן מענטשן וועלכע פארקן דארטן אומלעגאל, דאס איז די ארבעט פון די פאליציי. ס'איז שווער צו גלייבן אז וויזשניץ זאל בכלל האבן אזא כח אפצוהאלטן פאליציאנטן פון טיילן טיקעטס (בפרט ווען די פאליציי איז אונטער א שטרענגן קוואטא דרוק), און ס'איז אויך נישט לאגיש אז ס'זאל זיי אפילו אינטערעסירן.

ס'איז פאר קיינעם קיין סוד אז דער אלגעמיינער מצב פון פארקינג אין בארא פארק איז קאטאסטראפאל, ווי דער מצב פון דירות דארטן. יעדער וואס פארט צו א חתונה אין ב"פ מוטשעט זיך מיט דעם פראבלעם, און ס'איז א הויפט סיבה פארוואס ס'איז דא רעלאטיוו אזוי ווייניג חתונה זאלן אין ב"פ. א נארמאלער מענטש זוכט און זוכט ביז ער געט זיך אן עצה, און א חיה רעה בלייבט א חיה רעה, צי די חתונה איז אין וויזשניץ אדער נישט.

די טענה איבער גערודער איז אויך נישט אויסגעהאלטן. ס'זענען פאראן געזעצן איבער די סארט ענינים, און ווידער לייגט זיך נישט אויפן שכל אז וויזשניץ זאל קענען צוריקהאלטן די פאליציי פון אינפארסירן די דאזיגע געזעצן.

[אזוי צב"ש אפשר קען מיר עמיצער מסביר זיין וואס איז די אויפטו פון ווייזן אז די כלה פארלאזט דעם זאל פיר אזייגער פארטאגס? סתם נארישע העצערישע פראפאגאנדע וואס באדייט גארנישט פאר א חסיד'ישן איד וואס ווייסט וויאזוי א חסיד'ישע חתונה גייט צו]. תוקן על ידי - געגאנגען - 12/03/2009 4:55:46



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/3/2009 05:59 לינק ישיר 

אבער ר' מאטעלע איז דאך א בעל מידות. בלע"ז
ער ציטערט וויי צי טאן א יוד, ווי קען ער אזאנס טאן

אים טוט וויי די סקול דיסטריקט ווייל מען מאכט א חילול השם.

דריי א קאפ א צווייטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2009 18:30 לינק ישיר 

דא איז די אימעיל אדרעס פון דעם ריפארטער john.deutzman@foxtv.com
מען בעט דעם ציבור צי שרייבן צו אים פאזעטיווע קאמענסט וועגן די וויזניצע זאל, וויפיל דאס העלפט דעם היימישען ציבור חתונה צו מאכן, און רוב איינוואינער פון 53 שטערט נישט דעם זאל, נאר אפאר טרויבעל מעקערס,
לאמיר ווייזען אונזער כח
שיקט שוין אריין אייער אימעיל צו דעם ריפארטער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2009 07:27 לינק ישיר 

האקאבו
פארוואס מישט דו אריין און די אישו דעם מאנסי'ער רבי ר' מאטעלע דו ווייסט גאנץ גוט אז דאס האט מיט איהם גארנישט

און די יארען גיבט ער זיך שוין נישט אפ מיט קיין דעטאלען פון זיינע מוסדות די מוסדות און בארא פארק האט ער איבער גיגעבען פאר בנו הגדול הרה"צ ר' פיניע שליט"א

די רבי איז פארנומען א גאנצען מעת לעת מעתיר ומתפלל זיין פאר יודען און מסיר חרון אף זיין פון כלל ישראל און שטיין על המשמר אז אלע קהלות זאל זיך האלטען ביים דרך התורה און מונע זיין יודען פון ליינען טייל צייטונגען - נישט טראגען מיטן עירוב און ברוקלין - נישט זיך האנוצען מיט די חברה הצלה אום שבת - נישט עסען קיין אייז קריעם - אהן א ברכה - נישט עסען קיין ווייט פיש און אויך טונא פיש
און אזוי ויויטער



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/3/2009 08:31 לינק ישיר 

גענוג מיט נארישקייטן וועגן ר' מאטעלע

לאמיר רעדן א טראפ צו די זאך

די צוויי פאריקטע פארשוינען, די שטיינבערגס, דער טאטע וואס וואוינט דארט א קעגן איבער דעם זאל, און דער זון וואס העלפט אים, פירן שוין א מערכה מיט דעם זאל פון דעם טאג וואס מען האט אנגעהויבן בויען דעם בנין, וויפיל אידיש געלט די צוויי משוגעים האבן שוין צוגרינד געלייגט מיט זייער ווואנזיניגע מערכה איז שווער צו שאצן.

ביים בויען האבן זיי טאג טעגליך גע'מסר'ט, און אויך היינט רופן זיי פאליס טאג טעגליך פאר יעדע קלייניגקייט, און עס איז אמת אז די פאליציי קומט שוין כמעט נישט, און טאקע דערפאר, ער האט זיי שוין אזוי פיל משוגע געמאכט אז זיי האבן שוין נישט קיין נערוון צו אים.

איך אליין בין שוין געווען בייי מער ווי איין חתונה אין דעם זאל ווען דער משוגענער האט גענומען א מייק און ארויסגעשטעלט ביים פענסטער בשעת די חופה, און די מייק האט פשוט געגרילצט א הויכער גערודער אין די אויערן אריין, פשוט צו צושטערן די חופה. פארשטייט זיך אליין אז היינט גרייט מען שוין אן ביי אלע חופות א געהעריגע מיייק סיסטעם אז מען זאל קענען איבערשרייען זיינע פאריקטע קולות.

ר' איד, איר וואוינט אין שטאט, און יענער האט א רעכט צו בויען פונקט ווי דיר, אויב עס געפעלט דיר נישט האב איך א עצה, קויפט אפ דעם בנין פון וויזשניץ און ווארף אראפ דעם בנין, פאר דעם ריכטיגן פרייז וועלן זיי עס דיר פארקויפן.

איך האב פשוט געהאלטן ביי די זייטן פון דעם משוגענעם מיטן זון, עפעס א מין פארגלייך מיט דעם ברוקלין בריק, סתם פטפוטי דברים בעלמא.

און סתם פאר יאור אינפא, לפנים משורת הדין, האט אים וויזשניץ שוין געאפערט א שיינע פאר יאר צוריק אפצוקויפן דעם הויז פון אים פאר פיל מער ווי דער מארקעט וועליו, אבער ער פארפירט אז ער וויל נישט, ווייל ער גייט נאך צומאכן דעם זאל, ער וועט זיי שוין ווייזן. ער האט געטרייט צוצונעמען דעם פערמיט ביים בויען און עס איז דורכגעפאלן, ער האט שוין געטרייט דורך די קאמיוניטי באורד און אויף נאך כמה אופנים צוצומאכן דעם זאל און איז דורכגעפאלן, יעצט טרייט ער אין קאורט, ווי ער האט גע'מסר'ט שלא ברשות בי"ד, געהעריגע מסירה אן קיין פירושים, און יעצט איז דעם קוקו געלונגען אנצודרייען פאקס פייוו.

ע"כ דברי הצעיר והקטן ב'כל העולם כוכו, גביר אדיר

נ.ב. אויב מיינט איר אפשר אז איך בין א וויזשניצער דאן קוקט נאך אלע מיינע אלטע תגובות, איך האב זירא מיט וויזניץ, איך קען נאר גוט דעם אלטן משוגענעם, און איך קען גוט די פרשה. אין איין וווארט, דער זקן כסיל דארף האבן דעם בנין, ווייל דער פייט גיט אים חיות, ברגע דער זאל מאכט זיך צו, שטארבט ער פון ליידיג גיין




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2009 22:31 לינק ישיר 

גביר_אדיר איז גערעכט, איך הער אז דער איז א שרעקליכער מסור, און ער מסר'עט סתם אידן אפילו זיינע שכנים.

ולמלשינים אל תהי תקוה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2009 22:29 לינק ישיר 


נאך אמאל האבן זיי א ריפארט וועגן די ווישניץ'ע זאל. ער זאגט דארט אז די קאורט האט געפסקענט אז מען טאר מער נישט מאכן דארט חתונות ווייסט איינער די פרטים דארט?

http://www.myfoxny.com/dpp/news/investigative/090806_Brooklyn_Catering_Hall_2



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > חילול השם אויף fox 5 וועגן ווישניץ זאל אין ב"פ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext