צום וויפילטן מאל רוף איך אויס מיין פריוואטע בקשה אין נאמען פון גאנץ כלל ישראל, און אין נאמען פון אלע אונזערע צוקונפטיגע דורות ביז משיח'ס טאג:
זאליס, שטעלט אפ דעם שרעקליכן חילול השם, סירוב לדי"ת און הליכה לערכאות. שטעלט אייך צו דין תורה ביי א בי"ד כשר המרוצה לשני הצדדים אדער ביי א זבל"א.
איר זעט דאך שוין אז איר וועט גארנישט באקומען פון די געריכטן. דעם גרוב וואס איר האט זיך אליין געגראבן איז גענוג גרויס פאר אלע אייערע געריכטליכע מאכינאציעס און דריידלעך. הערט אויף מיט דעם געוואלדיגן חילול שם שמים און חילול כבוד רבוה"ק זי"ע!
מה יאמרו הבריות, פארוואס אין יעדע קהלה אין דער וועלט קען מען טרעפן א בי"ד המרוצה לשני הצדדים אדער א זבל"א, חוץ אין סאטמאר?! הזאת נעמי?!
מה תענו ליום הדין! מה תענו ליום התוכחה!
נשלח ב-13/3/2009 08:32
''קול קורא במדבר'' ''רשעים אפילו על פתחו של גיהנם אינם חוזרין בתשובה''
נשלח ב-13/3/2009 21:25
ווען סאטמאר איז געגאנגען ברשות בי"ד אין געריכט נאכדעם וואס די מסרבים לדין האבן בשום אופן זיך נישט געוואלט שטעלן צו דין תורה, האט הרה"ח ר' יצחק ראזענבערג שטענדיג געזאגט אז אפילו אויב סאטמאר וועט געווינען אין געריכט, וועט די קהלה נאך אלס גרייט זיין זיך צו שטעלן צו דין תורה.
געגאנגען, וואס איך קען דיר יא זאגן, אז אפילו אויב די הולכי בערכאות העולמי וואלטן אלעס פארלוירן אין געריכט, וואלטן זיי זיך אויך נישט געשטעלט צו דין תורה. פארוואס? ווייל על פי תורה פארלירן זיי נישט בלויז די קהילה נכסים, נאר זיי פארלירן "אלעס".
נשלח ב-22/6/2009 01:22
אין נאמען פון כלל ישראל חזר'ן מיר איבער דעם פארווייטאגטן רוף:
עד מתי מאנתם לענות, וויפיל איז דער שיעור?!
אפילו די גוי'אישע ריכטערין קען נישט פארשטיין פארוואס אידישע קינדער ווילן זיך נישט שטעלן צו די"ת. עס איז שוין די העכסטע צייט תשובה צו טאן.
שטעלט אפ דעם שוידערליכן חילול השם, שטעלט אייך צו דין תורה ביי א בי"ד כשר!
מה תענו ליום הדין?!
נשלח ב-22/6/2009 14:50
זיי האבן דען א יום הדין ?
נשלח ב-22/6/2009 17:28
וואס איז דען זייער פראבלעם מיטן יום הדין,
מען וועט זיי שמייסן,
און זיי וועלן שרייען אז זיי האבן געווינען...
נשלח ב-24/6/2009 17:34
עס איז דא שמיעות אז דו זאליס ווילען קימען צו ד''ת און ב''פ קען דאס איינער קאנפערמען?