בית פורומים כל העולם כולו

פרישע שערוריה מיט לאנדעסמאן גט מעושה (קאשוי)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/3/2009 03:59 לינק ישיר 

zikeit
שוין ווייטער מיט דיינע ליגנטס, ער איז נישט קיין תלמיד פון אים, ער האט אים קוים קענען גלערנט די לעצטע 3-4 יאר, און ער האט איינגערעדט ישראל משה אז ער העלפט אים, דערווייל איז ער טאקע געווען איינער פון די וועלכע האבן אים איינגערעדט ער זאל נעמען זיינע לויערס, און אזוי אים אין דער ערד געלייגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2009 05:38 לינק ישיר 

הרב בלום האט געקאלט מענטשן סטראשענען מיט'ן טויט אויב העלפן זיי די צובראכענע אידענע. פאר וועמען האט ער געטאן אזא איבערגעגעבענע ארבעט? נישט פאר מיר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2009 07:23 לינק ישיר 

איך ווייס נשט ווער דער געשטעטנער איז, אבער אז ער נעמט זיך אן פאר די מייסטער ארכי סאדיסט בלום אקעגן די רחמנות'דיגע תמימות'דיגע פרוי און איר צובראכענע טאטע, וואס האט זיי פאר איבער פופצען יאר אויפגעגעסן דאס געזינט, און האט פראבלעמען אז זיי זיכן נאר תאוות הנצחון, אין צייט ווען דער בלום האט נישט אין זיין לעבן קיין שום אנדערע מטרה ווי נצחון אויף נישט צו געבן א גט, און דערפאר מקדיש געווען זיין גאנצע לעבן, זיך צוקריגט מיט זיין גאנצע משפחה (אויסער איין פראבלעמאטישע פעטער פריעדמאן), זיך קונה געווען אויפן גאס א נאמען פון א צדיק... בעל מדות... קליגע... בא'טעמ'טע... געלונגענע.... וכל מעלות שמנו חכמים על רשעי וטפשי אומות העולם, בקיצור זיך אפגעווישט פון דעם וועלט און כ"ש פון יענער וועלט, אבי איין זאך, אויסצופירן נישט צו געבן א גט, ווען אין אמת'ן אפילו אין די גוטע יארן וואס זיי האבען געוואוינט צוזאמען האט ער מיט זיין ווייב גאר ווייניג געהאט, אוועקגעפארן חדשים לאנג פון דערהיים און זיך ניטאמאל וויסענדיג מאכן פון זיין ווייב און קינדער, קיינמאל נישט געברענגט פרנסה אין שטוב נאר אויסגעניצט זיין ווייב'ס אויסגעהארעוועטע געלט פאר זיין שוואויל טאג, געשלעפט זיין ווייב וואוינען ווי נאר אימער אויפן וועלט און איר איבערגעלאזט גאנצעטע טעג עלענד אליין אן עלטערן און אן חבר'טעס און אן א מאן, זיך קיינמאל נישט אומגעקוקט אויף די קינדער, און פלוצלינג פארלאנגט ער דרכי שלום מ'זאל אים צולאזן צו די קינדער, און דער אפגעריסענער געשטעטנער לויפט אים נאך מיט זיין גאונישע בריוו, און מיט אזא בארבארישן רשעות זיך אננעמען פאר אים און אים גלייבן מיט זיין אויסגעטראכן מעשה פונעם געצווינגענעם גט, אהנע עדות דערויף, אין צייט ווען ער האט ניטאמאל אויסגעהערט די צד שכנגד און נישט גענומען דאס קלענסטע מוה מברר זיין די מעשה כהווייתה, איז ער טאקע נישט ווערד אז מ'זאל אפילו קוקען אויף זיין זייט, און משוגע איז דער וואס וועט אים אפילו פרובירן אים צו ענטפערן, וואס דאס גיבט נאר צו שטאף צו זיין רשעות'דיגע געים, זיך ארומצושפילן מיט רחמנות'דיגע עגונות און זיך אננעמען פאר זייערע אכזריות מענער מיט וועמען זיי זענען נעבעך אריינגעפאלן, ווי צ.ב.ש. דער באקאנטע עוכר ראפאפארט וכדו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2009 23:49 לינק ישיר 

ר' לייבוש לאנדסמאן האט א בריך פון הגרמ"פ זצ"ל אז ער איז ממש א חד בדרא בהלכות גיטין.
פארדעהם טאקע שיקט מען צו איהם אלע פראבלעמאטישע גיטין.

ווי גט מעושה (באופן המותר)
און אויך שוטים ומשוגעים.
  



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-25/3/2009 07:00 לינק ישיר 

רבותי דאס איז א פריוואטע אישוי וואס צדדים נוצען טויס אונזער פלאטפארמע
ביי חסידי סאטמאר איז דאא די הוראה פון הייליגען ברך משה
און קאשוי האט איהם געמוזט שטיצען כדי להחיות נפש צדיק זאלען זיי דאס אליין עסען



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/3/2009 19:09 לינק ישיר 

אזוי ווי מ'האט פארמאכט דעם אנדערן אשכול, וועל איך עס שרייבן דא.

ענטפער פאר זיסקייט/געווארט.

איין זאך איז זיכער, ליגנט איז ביי דיר גארנישט, ער האט יא זייער שנעל געגעבן א גט, ס'האט נאר גענומען אפאר חדשים ביז ער האט באקומען רעכט צו די קינדער, וואס ווי פארשטענדליך האט ער נישט געוואלט זיינע קינדער זאלן וואוינען מיט א מאמע וואס רעדט אזעלכע דברי ניאוף. וואס דאס האט שוין צוגרינד געלייגט די עלטסטע 2 קינדער (אפילו ביי גוים איז נישט קיין נארמאלע זאך א מאמע אזוי צו רעדן מיט א טאכטער, אפשר ביי די נידעריגע פון נידערג). אויך האט ער געוואלט זי זאל אונטערשרייבן נישט צו גיין און קאורט.

ליגנט נומער 42: זי האט נישט געקאכט, ליגנט נומער 43: ער האט עס נישט ארויסגעווארפן.

דעס אליין אז די רופסט אים שוויינגארטן, און אלע אנדערע בייזע נעמען, ווייזט עפעס אן עקסטערע שנאה וואס די האסט אויף אים, עפעס באהאלטן אינעווענדיג. זאג שוין ארויס וואס דאס איז. מיר ווילן הערן.

און אגב בין איך נישט קיין סאטמארע געבוירענע, און איך דריי מיך יא אין אנדערע פלעצער, (מסתמא פיל מער ווי א קליין-קעפיג סאטמארע פון וויליאמסבורג). די גאנצע ליסט פון זייט 4 זענען חשוב'ע רבנים מכל קצוי תבל. ובתוכם ר' אליקים.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2009 20:19 לינק ישיר 

ער האט נישט, יעצט שריי שנעל צוריק ער האט יא

זי האט יא געשיקט, ניין זי האט נישט געשיקט

ער האט יא ארויסגעווארפן, ער האט נישט

סתם זיך הרג'ענען ווי קליינע בעיביס

ווער עס וויל וויסן, איך האב דיר געגעבן אן אדרעס, גיי פרעג ר' חיים פלאהר צו ער האט געוואלט געבן, ר' חיים האט געזעצט דעם בית דין פון דעם גט, און ער האט עס מסדר געווען, אדרבה, גיי פרעג אים.

גיי פרעג זיין לענדלארד פון דעמאלס צו זי האט געשיקט און צו ער האט ארויסגעווארפן, נאר באלד וועסטו קומען שרייען דער לענדלאר איז א שוטה, ליגנער, שונא, וכו' וגו'. ער האט דעמאלס געוואוינט אויף אלד נייעק טוירנפייק, און איך וויל נישט שרייבן דעם נאמען פון דעם לענדלארד, ווער עס וויל באמת וויסן זאל גיין אליינס מאכן בירורים אזוי ווי איך האב געטאן, און נישט זיך פארלאזן דא אויף וואס א תלמיד פון דעם קדוש האט אליינס געשריבן אויפן נעט.

יעצט שרייב שנעל צוריק אז סיז ליגנט נומער 57 און שקר נומער 89

הצלחה רבה, גיי באזוך אביסל דיין הייליגן רעבען אין דשעיל, זיי אים מחי' אביסל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2009 21:09 לינק ישיר 

פלוני, די מנהלים האבן פארשפארט יענעם אשכול קום נישט שרייבן אין א צווייטן אשכול, א דאנק.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פרישע שערוריה מיט לאנדעסמאן גט מעושה (קאשוי)
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext